רוי:אוהל
אן אוֹהל איז א שטוב אויפן קבר פון א חסידישן רבי.
ביי חסידים איז א מנהג אז ווען א רבי שטאַרבט בויט מען ארום זיין קבר א שטוב, און דאָס הייסט דער "אוהל". דאָרט אהין קומט מען מתפּלל זיין און מען לייגט אַנידער "קוויטלעך" מיט בקשות, אַז דער רבי זאָל אין הימעל זיך באמיען. אין "אוהל" ווערט געברענט א נר תמיד, בוימל מיט א קנויטל, אָדער ליכט.
אַמערסטן ווערט דער "אוהל" באזוכט אין יאָרצייט פון רבי, ווי אויך אין די טעג צווישן ראש השנה און יום כיפור. אָבער אויך א גאַנץ יאָר, אויב עס טרעפט זיך ביי איינעם אַ שלאַפקייט צי אַן אַנדער אומגליק, גייט מען צום אוהל מתפלל זיין.
דער "אוהל" ווערט גערופען אויפ'ן נאָמען פון רבי, ווי למשל "דער אוהל פון בעל-שם", "דער אוהל פון רבי נחמן בראַסלאווער", "דער אוהל פון רבי פון לובלין", "אוהל אדמו"רי חב"ד" וכדומה.
ביבליאָגראפיע
- "החסידים והחסידות" פון האָראָדעצקי
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!