רוי:רבי יעקב שמשון האגער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יעקב שמשון האגער (ה'תקע"ד - י"ט אדר ה'תר"ם), רב פון קאסוב.

אפשטאם

רבי יעקב שמשון איז געבוירן אין יאר ה'תקע"ד, צו זיין פאטער רבי חיים האגער רב אין קאסוב, א זון פון רבי מנחם מענדיל האגער רב אין קאסוב "דער אהבת שלום", א זון פון רבי יעקב קאפל חסיד. און צו זיין מוטער מרת צפורה ( -י"ט טבת ה'תרל"א), א טאכטער פון רבי יהודה מאיר שפירא פון שעפעטיווקע, א זון פון רבי פנחס קאריצער.

רבנות

נאג די פטירה פון זיין פאטער אין יאר ה'תרי"ד איז רבי יעקב שמשון געווארן דער ממלא מקום פון פאטער, רב אין קאסוב, ער איז געווען באקאנט אלץ קלוגער און בעל רוח הקודש.

הסתלקות

רבי יעקב שמשון איז נפטר געווארן י"ט אדר ה'תר"ם.

פאמיליע

רבי יעקב שמשון האט געהייראט בזיווג ראשון א שעפעטיווקא אייניקל, נאך צען יאר און זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער האט ער זי גע'גט. בזיווג שני האט ער געהייראט א טאכטער פון רבי דוד שטערנהעל פון קאלאמייע, זי האט אויך נישט געהאט קיין קינדער און ער האט זי אויך גע'גט. בזיווג שלישי האט רבי יעקב שמשון געהייראט מרת חוה א טאכטער פון רבי יעקב יוסף פון אוסטראה אן אייניקל פון רבי ייבי פון אוסטראה. זייער איינציגער זון:

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!