רוי:רבי יעקב האגער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יעקב האגער זצ"ל (ה'תקע"ג - ט"ז שבט ה'תרמ"א), פון זאבלאטאוו.

אפשטאם

רבי יעקלי איז געבוירן אין יאר ה'תקע"ג, צו זיין פאטער הרב רבי דוד האגער פון זאבלאטאוו א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון קאסאוו "דער אהבת שלום", א זון פון רבי יעקב קאפל חסיד. און צו זיין מוטער מרת פעסיא לאה א טאכטער פון הרב משה לייב סאסאווער.

רבנות

נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תר"ח איז רבי יעקלי געווארן דער ממלא מקום פון פאטער אין זאבלאטאוו.

הסתלקות

רבי יעקלי איז נפטר געווארן ט"ז שבט ה'תרמ"א [1].

פאמיליע

רבי יעקלי האט געהייראט בזיווג ראשון מרת הינדא א טאכטער פון הרב יהודה צבי הירש אייכנשטיין פון ראזלא. בזיווג שני האט רבי יעקלי געהייראט מרת פריידא קיילא א טאכטער פון הרב ישעיה שור פון יאסי. זיינע קינדער:

  • מרת שיינדיל, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב יהודה ישראל האפמאן פון סיגעט. בזיווג שני די ווייב פון הרב שאול הורוויץ רב אין טיסמעניץ
  • מרת אסתר, די ווייב פון הרב יהושע פרענקל, פון ריישא.

זיינע ספרים

  • עטרת יעקב וישראל

זעט אויך

רעפערענצן

  • "אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר"
  1. "אדער י"ז תמוז א.ל.ג."

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!