רוי:רבי נפתלי ראובן קארנרייך

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי נפתלי ראובן קארנרייך
געבורט י"א חשוון ה'תשי"ד
ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן
טעטיגקייט אָרט בית שמש
דינאסטיע קאסאוו-וויזשניץ
קינדער אסתר סופר
געלא מלכה ראזנבוים
ברוך קארנרייך
יהודא זאב קארנרייך
ישראל קארנרייך
חנה רייזל קרויז
מרים שטיין
שלום עוזר קארנרייך
1'טער קאסאוו-וויזשניץ'ער רבי
כ"ז תמוז ה'תשע"ה -


רבי נפתלי ראובן קארנרייך (געב' י"א חשוון ה'תשי"ד), איז דער קאסאוו-וויזשניצער רבי.

לעבנסגעשיכטע

רבי נפתלי ראובן איז געבוירן אין יאר ה'תשי"ד אין ברוקלין צו זיינע עלטערן רבי צבי אלימלך קארנרייך און מרת שרה, טאכטער פון רבי ראובן הורוויץ. ער איז א צאנזער אייניקל. אלס בחור האט ער געלערנט אין דער טשעבינער ישיבה, און שוין דארט האט ער זיך ערווארבן א נאמען פון א תלמיד חכם וואס זיצט און האראוועט. דורכאויס זיינע יארן אין ישיבה איז ער פארהערט געווארן ביי פארשידענע רביס און רבנים. נאך אלס חתן האט ער געקריגט שוין זיין היתר הוראה פון די גרעסטע באוואוסטע רבנים ווי רבי יצחק יעקב ווייס און רבי משה האלבערשטאם.

אין יאר ה'תשל"ד, האט ער געהייראט מרת רחל, די עלטסטע טאכטער פון הרה"ק רבי אליעזר האגער, דער פריערדיגער סערעט וויזשניצער רבי פון חיפה.

פאר א סאך יארן האט ער געדינט אלס רב פון דער סערעטער געמיינדע אין דער שטאט בני ברק, וואו איז ער געווען בארומט און באוואונדערט ביי זיינע צוהערער און אנהענגערס זייער שטארק. און נאך יארן איידער איז ער געווארן רבי, צוליב זיין ווייזהייט און קלוגשאפט פלעגן פילע מענטשן שטראמן צו אים מיט פערזענליכע פראגן אום זיך צו קאנסולטירן מיט אים און באקומען עצות און ברכות.

שפעטער איז רבי נפתלי ראובן אריבערגעצויגן וואוינען אין דער זידלונג תל ציון נעבן ירושלים, וואו איז ער נתמנה געווארן אלס ארטיגער רב, אין דער צייט, נאך און נאך מענטשן וואס זענען געווען באצויבערט פון זיין גוטער פערזענליכקייט זענען געווארן זיינע אנהענגערס און האבן אים אנגענומען אלס זייער פירער אין אלע הינזיכטן.

נאך דער פטירה פון זיין שווער דער סערעטער רבי אין תמוז ה'תשע"ה, און מיט דער אונטערשטיצונג פון די משפחה מיטגלידער, במעמד פון גדולי ישראל און פילע חסידים, איז ער געקרוינט געווארן אלס "קאסאוו-וויזשניצער" רבי.

נאכדעם וואס די קהילה פון זיינע תלמידים און אנהעגערס האט זיך צימליך פארברייטערט, האט ער זיך באזירט אין בית שמש, דארט וואו זיינע געמיינדע ענטוויקלט זיך ווייטער. צוזעצליך, האט ער געעפענט א ישיבה וואו עס זיצן און האראווען צענדליגע בחורים.

קינדער

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!