רוי:רבי מרדכי שטיין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי מרדכי שטיין
רבי מרדכי שטיין פון פאלטישאן
רבי מרדכי שטיין פון פאלטישאן
געבורט י"ג אדר תש"א
פאלטיטשאן, ראמעניע
פטירה כ"א ניסן תשפ"ה
טעטיגקייט אָרט בארא פארק, ברוקלין
תארים פאלטיטשאנער רבי
דינאסטיע פאלטיטשען
קינדער רחל האלבארשטאם, יצחק שטיין, דוד שלמה שטיין, מנחם מענדל שטיין, צפורה כהנא, העניא ריזל מייזליש, חיה חנה לויפער, צירל האגער, אפרים אהרן שטיין, אלעזר שטיין
3 (8טער אין טשערנאבילער גזע) פאלטיטשען'ער רבי


רבי מרדכי שטיין (י"ג אדר תש"א - כ"א ניסן תשפ"ה), גערופן רבי מאטל שטיין, איז געווען דער פאַלטיטשאַנער רב פון בארא פארק.

ביאגראפיע

רבי מרדכי איז געבוירן י"ג אדר תש"א צו זיין פאטער, רבי ישראל אברהם שטיין, דער פריערדיגער פאלטיטשאנער רבי, וואס האט געוואוינט אין בענסאנהורסט, ניו יארק.

רבי מרדכי האט געלערנט אין דער וויזשניצער ישיבה אין שיכון וויזניץ, בני ברק, וואו ער איז געווען זייער נאנט צו זיין רבי'ן,דער אמרי חיים פון וויזשניץ. ער איז געווען פאררעכנט צווישן די מורדים, אבער ער האט אפיציעל איבערגעבעטן זיין רבי'ן.

רבי מרדכי האט געהייראט א טאכטער פון רבי יוסף מאיר כהנא פון ספינקא.

רבי מרדכי איז געווען ראש ישיבה אין דער סאטמארער ישיבה גדולה פון בערך תשל"ח ביז תשמ"א. נאך דער פטירה פון סאטמארער רבי'ן האט ער נישט געהאט צופיל שייכות מיט סאטמאר. ער איז געווען שטארק מקושר צו זיין רבי'ן און קרוב, דער וויזנשיץ-מאנסי רבי, און האט זיך פאררעכנט אלס א וויזשניץ-מאנסי'ער חסיד.

רבי מרדכי, אזוי ווי זיין פאטער, איז א שטארקער סימפאטיקער צו בני יואל און האט נישט געהאט קיין קשר מיטן ברך משה. שפעטער האט ער זיך צוגעשטעלט צום סאטמארער רבי'ן רבי זלמן לייב. תשס"ו האט זיין איידעם זיך משדך געווען מיט רבי זלמן לייב.

רבי מרדכי איז געווען א ווארימער רעדנער און זייער א חסידישער איד, און אנערקענט אלס איינער פון די אנגעזעענע רבנים.

ער איז נפטר געווארן אום שביעי של פסח, תשפ"ה, אין עלטער פון 84.[1]

קינדער

  • רבי יצחק שטיין, איידעם פון רבי משה ראטענבערג, וואידיסלאווער רב, דומ"ץ פאלטישאן, און ראב"ד קארלסבורג בארא פארק.
  • רבי דוד שלמה שטיין, איידעם פון רבי הערשעלע ספינקער, און ראש הכולל אברכים בית אברהם ספינקא בנשיאות פון זיין שוואגער רבי אביש ספינקער.
  • רבי מנחם מענדל שטיין, איידעם פון רבי יוסף משה מייזליש, זון פון רבי צבי הירש מייזליש, ווייטצענער רב. ער איז רב אינעם סאווראנער בית מדרש אין וויליאמסבורג.
  • רבי אפרים אהרן שטיין (נפטר תשע"ג), איידעם פון רבי אליעזר ליפא בערגער פון מישקאלץ, חתן רבי מנחם ישראל ראטטענבערג פון קאסאן.[2]
  • רבי אלעזר שטיין, איידעם פון רבי חיים יצחק טווערסקי פון לויעוו-טשערנאביל.
  • הרבנית רחל, ווייב פון רבי ברוך נתן האלבערשטאם, דער זון פון רבי משה האלבערשטאם, קיוויאשדער רבי. ער איז רב פון סאטמאר (רבי זלמן לייב'ס) אין לאנדאן.
  • הרבנית צפורה, ווייב פון איר שוועסטער-קינד הרב צבי כהנא, זון פון רבי ברוך כהנא, ספינקער רבי פון אנטווערפן, רב אין פשעווארסק מאנסי.
  • מרת העניא רייזל, ווייב פון רבי פנחס אליעזר מייזליש, זון פון רבי צבי הירש פון שאפראן.
  • מרת חנה חיה, ווייב פון רבי ברוך בענדיט לויפער.
  • מרת צירל, ווייב פון רבי ישראל האגער, זון הרב פנחס שלום האגער, וויזשניצער רבי פון בארא פארק.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. חיים רוזנבוים. "במהלך החג: אלפים ליוו למנוחות את גאב"ד פאלטישאן". ככר השבת.
  2. אלי בן דוד. "אדמו"רים ורבנים ניחמו אבלים אצל אב"ד פאלטישאן". JDN.
פריערדיגער:
רבי ישראל אברהם שטיין
דער פאלטיטשענער רב
תש"נ - תשפ"ה
נאָכפאלגער:
רבי יצחק שטיין

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!