רוי:רבי חיים האגער (תורת חיים)
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
דער אוהל אויף די קברים פון רבי חיים קאסובער און זיינע קינדער | |||||
געבורט | ה'תקנ"ה | ||||
---|---|---|---|---|---|
פטירה |
מאי 23, 1854 (אלט: 59 בערך) כ"ה אייר ה'תרי"ד | ||||
ווייב | צפורה, טאכטער פון רבי יהודה מאיר שפירא פון שפיטיווקא | ||||
טאטע | רבי מנחם מענדיל, דער 'אהבת שלום' פון קאסוב | ||||
מאמע | שיינא רחל | ||||
קינדער | רבי יעקב שמשון האגער רבי יוסף אלטער האגער רבי מנחם מענדיל האגער | ||||
|
רבי חיים האגער (ה'תקנ"ה – כ"ה אייר ה'תרי"ד) איז געווען דער צווייטער רבי אין דער קאסוב-וויזשניץ דינאסטיע, באקאנט אלס דער "תורת חיים", גערופן נאך זיין ספר.
ביאגראפיע
רבי חיים איז געבוירן אין יאר תקנ"ה צו רבי מנחם מענדיל, "דער אהבת שלום" (א זון פון רבי יעקב קאפיל חסיד), און מרת שיינא רחל, א טאכטער פון רבי שמואל שמחה זימל קאך פון קאסוב. ער האט חתונה געהאט מיט רביצין מרת ציפורה, א טאכטער פון רבי יהודה מאיר שפירא פון שפיטיווקא (זון פון רבי פנחס קאריצער און איידעם פון רבי יעקב שמשון פון שפיטיווקא). אנהייב איז ער געגעסן קעסט ביי זיין שווער אין שפיטיווקא, און נאך זיין טאטנ'ס הסתלקות, אום י"ז חשון תקפ"ו, איז ער אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקומו ברבנות און אדמו"רות אין שטאט קאסוב.
ער איז געווען באקאנט אלס א למדן און די גדולי התורה האבן זיך געשריבן מיט אים.
אויך איז ער געווען באוואוסט מיט זיין שארפקייט, עקסטער אין זיין הנהגה מיט די שוחטים אין קאסוב. ער איז געווען באקאנט מיט זיין הכנסת אורחים. ער האט "געקאכט" אין שבת קודש ווי זיין פאטער; ער פלעגט מקבל שבת זיין זייער פרי.
ער איז נפטר געווארן כ"ה אייר ה'תרי"ד. ס'איז אויפגעשטעלט געווארן אן אוהל אויף זיין קבר.
פאמיליע
זיינע קינדער:
- רבי יעקב שמשון האגער (ה'תקע"ד - י"ט אדר ה'תר"מ), ממלא מקום פון פאטער, רב פון קאסוב.
- רבי יוסף אלטער האגער (ה'תק"פ (אומגעפער) - ח' תמוז ה'תרל"ט), פון ראדאוויץ.
- רבי מנחם מענדיל האגער (כ"ד אייר ה'תק"צ - כ"ט תשרי ה'תרמ"ה) פון וויזשניץ. באקאנט אלס "דער צמח צדיק".
- מרת יוכבד, די ווייב פון רבי פנחס יוסף שפירא פון קאסוב, אן אור-אייניקל פון רבי פנחס'ל קאריצער.
- מרת העניא, די ווייב פון רבי ישראל פון קרעמניץ, אן אייניקל פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב.
- מרת שיינא רחל, די ווייב פון רבי יהושע אלעזר חודורוב פון קאלאמייע.
זיינע ספרים
- תורת חיים
- תורת חיים תנינא
צו ליינען מער
- אדמו"ר רבי חיים האגר מקוסוב אין האניצקולמדיה להנצחת הצדיקים.
- נתן אליהו רוט, נזר החיים - תולדות חייו פון רבי חיים מקאסוב, ארויסגעגעבן דורך מכון "נחלת צבי", בני ברק.
רעפערענצן
- מאיר וונדר, אנציקלופדיה לחכמי גליציה