אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בשז יאר"
(פארברייטערט) |
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:בשז יאר צו בשז יאר אן לאזן א ווייטערפירונג) |
רעוויזיע פון 21:18, 5 אקטאבער 2023
א בשז יאר איז איין פון פערצן סארטן יארן אין דער באשטימטער אידישער לוח. א בשז יאר הייבט זיך אין מאנטאג (ב), איז שלימה (ש) - חשון און כסלו פארמאגן ביידע דרייסיג טעג, און פסח הייבט זיך אן שבת (ז). אזא סארט יאר איז אן עיבור יאר (מיט צוויי אדרים), און איז לאנג 385 טעג, וואס אין זיי 55 שבתים.
א בשז יאר קומט אויס ווען דער מולד פון חודש תשרי פון אן עיבור יאר פאלט אויס צווישן זונטאג, 20 שעה און 491 חלקים אין טאג, און מאנטאג, 18 שעה אין טאג[1], וואס באטרעפט ארום 4.72% פון אלע יארן[2]. דער יאר בעפאר איז אלעמאל הכז.
צווישן די יארן ה'ת"ש-ה'תת"נ געפאלט דער קביעות אין די יארן: ה'תש"ח, ה'תשכ"ה, ה'תשנ"ב, ה'תשע"ו, ה'תשע"ט, ה'תת"ג, ה'תת"נ.
קאלענדאר
יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
חגים וזמנים
- אין א בשז יאר איז פארהאן דריי מאל א שבת ראש חודש: ראש חודש טבת איז שבת און זונטאג, ראש חודש ניסן איז שבת, און ראש חודש אלול איז שבת און זונטאג.
- חנוכה געפאלט פון מאנטאג (זונטאג נאכט) ביז מאנטאג.
- ט"ו בשבט געפאלט מאנטאג.
- פורים געפאלט דאנערשטאג (שושן פורים פרייטאג).
- ל"ג בעומר געפאלט דאנערשטאג.
- שבועות געפאלט זונטאג (אויך מאנטאג אין חוץ לארץ).
- תעניתים: צום גדליה געפאלט מיטוואך, עשרה בטבת געפאלט דינסטאג, תענית אסתר געפאלט מיטוואך, תענית בכורים געפאלט פרייטאג, און שבעה עשר בתמוז און תשעה באב ווערן ביידע נדחה אויף זונטאג.
פרשיות און הפטורות
אין א בשז יאר זענען פארהאן 55 שבתים, וואס אין צוויי אדער דריי פון זיי טוט מען נישט ליינען א פרשת השבוע: שבת חול המועד סוכות און שבת פון ערשטן טאג פסח, און אין חוץ לארץ אויך אחרון של פסח. דער צאל פון די פרשיות געליינט אין שבת (53, וזאת הברכה ווערט געליינט אין שמחת תורה) איז גלייך מיט דער צאל פון שבתים אין וועלכע זיי ווערן געליינט אין ארץ ישראל, און קיין שום פרשה ווערט דארט נישט צאמגעשטעלט. אין חוץ לארץ גלייכט זיך אויס דער חשבון ווען מען שטעלט צוזאמען מטות-מסעי.
דריי מאל אין דעם יאר ווערן ארויסגענומען דריי ספרי תורה: שמחת תורה, שבת חנוכה - ראש חודש טבת, און שבת החודש - ראש חודש ניסן.
פרשיות אין וועלכע מען ליינט נישט די געווענליכע הפטורה:
- פרשת מקץ - ליינט מען די הפטורה פון שבת חנוכה, "רני ושמחי"
- פרשת ויקהל - ליינט מען די הפטורה פון פרשת שקלים
- פרשת פקודי - די אשכנזים אין ארץ ישראל פירן זיך צו ליינען סיי די הפטורה פון ויקהל און סיי פון פקודי
- פרשת ויקרא - ליינט מען די הפטורה פון שבת זכור
- פרשת שמיני - ליינט מען די הפטורה פון פרשת פרה
- פרשת תזריע, שבת ראש חודש ניסן - ליינט מען די הפטורה פון פרשת החודש
- פרשת מצורע - אין רוב קהילות פירט מען זיך צו ליינען די הפטורה פון שבת הגדול
- פרשת קדושים - ליינט מען די הפטורה פון ערב ראש חודש, מחר חודש
- פרשת ראה - די אשכנזים ליינען די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי"
אין קעגנזאץ, זאגט מען אין דעם יאר די הפטורה פון פרשת צו, א זאך וואס מאכט זיך זעלטן אין די קהילות וועלכע ליינען די הפטורה פון שבת הגדול אין יעדע יאר[3]. אן אנדערע זעלטענע "געווענליכע" הפטורה איז פרשת פינחס אין ארץ ישראל, וואס קומט אויס בעפאר די תלת דפורענותא.
די וואס פירן זיך לויט די שיטה פון שולחן ערוך[4] (נישט ווי דער רמ"א) און זאגן נישט "השמים כסאי" אין שבת ראש חודש אלול, ליינען אינגאנצן נישט די הפטורה אין דעם יאר.
צו ליינען מער
- יוסף עופר, שכיחותן של קביעות השנה ושל ההפטרות, אין: סיני קכא, תשנ"ח, עמ' רי-רכד.
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי דוד הלוי העבער, "בענין הפטרות שאינם מצויות", שערי זמנים, סימן כ"א, אויף היברובוקס
רעפערענצן
- ↑ ספר העבור, מאמר ב' שער ט'; יסוד עולם, מאמר ד' פרק י'; מפרש, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה י'; טור, אורח חיים, סימן תכ"ח.
- ↑ יעקב מתלון, "חזרה של קביעות השנה אחרי שלוש שנים: לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות", אין: יסודות הלוח העברי, הוצאת לוח, תשע"ג
- ↑ אין א שנה פשוטה ליינען זיי אלעמאל די הפטורה פון שבת הגדול אין פרשת צו, און אין אן עיבור יאר איז עס בדרך כלל פרשת זכור אדער פרשת פרה.
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ה, סעיף א'
קביעות פון יארן אינעם לוח | |
---|---|
|