החא יאר
א החא יאר איז איין פון פערצן סארטן יארן אין דער באשטימטער אידישער לוח. א החא יאר הייבט זיך אין דאנערשטאג (ה), איז חסרה (ח) - חשון און כסלו פארמאגן ביידע 29 טעג, און פסח הייבט זיך אן זונטאג (א). אזא סארט יאר איז אן עיבור יאר (מיט צוויי אדרים), און איז לאנג 383 טעג, וואס אין זיי 55 שבתים.
א החא יאר קומט אויס ווען דער מולד פון חודש תשרי פון אן עיבור יאר פאלט אויס צווישן דינסטאג, 18 שעה אין טאג, און מיטוואך, 11 שעה און 695 חלקים אין טאג[1], וואס באטרעפט ארום 3.87% פון אלע יארן[2], אדער דורכשניטליך איינמאל אין 26 יאר, ווייניגער ווי סיי וועלכע אנדערע עיבור יאר[3]. דער פריערדיגער יאר איז אלעמאל זשג, און דער נאכפאלגנדער יאר איז אלעמאל גכה.
צווישן די יארן ה'ת"ש-ה'תת"נ געפאלט דער קביעות אין די יארן: ה'תשי"ד, ה'תשמ"א, ה'תשס"ה, ה'תשס"ח, ה'תתי"ב, ה'תתל"ט.
קאלענדאר
יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
חגים וזמנים
- אין א החא יאר איז פארהאן דריי מאל א שבת ראש חודש: ראש חודש חשון איז פרייטאג און שבת, ראש חודש אדר ב' איז פרייטאג און שבת, און ראש חודש אב איז שבת.
- חנוכה געפאלט פון מיטוואך (דינסטאג נאכט) ביז מיטוואך.
- ט"ו בשבט געפאלט דינסטאג.
- פורים געפאלט פרייטאג. אין ירושלים פייערט מען א פורים משולש פון פרייטאג ביז זונטאג. עס זענען פארהאן מער פורים טעג (אריינגערעכנט פורים קטן) ווי אין סיי וועלכע אנדערע יאר.
- ערב פסח געפאלט אין שבת, מיט די באזונדערע הלכות פון ערב פסח שחל בשבת.
- פסח שני געפאלט אין טאג פון תענית שני בתרא, און די מנהגים זענען צעטיילט איבער זאגן סליחות און פאסטן אין דעם טאג[4]
- ל"ג בעומר געפאלט פרייטאג. די נאכט-הדלקות קומען פאר דאנערשטאג נאכט.
- שבועות געפאלט מאנטאג (אויך דינסטאג אין חוץ לארץ).
- אין חוץ לארץ מאכט מען דריי מאל אן עירוב תבשילין אין חודש תשרי (אריינגערעכנט ערב ראש השנה).
- סליחות ווערט געזאגט דורכאויס זיבן טעג בעפאר ראש השנה, (לויטן אשכנז'ישן מנהג, אין וועלכע סליחות ווערט אנגעהויבן פון זונטאג וואס איז לפחות פיר טעג בעפאר ראש השנה), דער גרעסטער מעגליכער צאל פון טעג.
- תעניתים: צום גדליה ווערט נדחה צו זונטאג, עשרה בטבת געפאלט מיטוואך, תענית אסתר געפאלט דאנערשטאג, תענית בכורים ווערט געפעדערט צו דאנערשטאג, און שבעה עשר בתמוז און תשעה באב געפאלן ביידע אין זונטאג.
פרשיות און הפטורות
אין א החא יאר זענען פארהאן 55 שבתים, וואס אין דריי פון זיי טוט מען נישט ליינען א פרשת השבוע: שבת יום כיפור, שבת חול המועד סוכות און שבת שביעי של פסח. פרשת וילך קומט נישט אויס אין אזא יאר, ווייל עס ווערט געליינט בעפאר ראש השנה אין פארגאנגענעם יאר און נאך ראש השנה אין קומענדיגן. דער צאל פון די פרשיות (52, וזאת הברכה ווערט געליינט אין שמחת תורה) איז אלזא גלייך מיטן צאל פון שבתים אין וועלכע זיי ווערן געליינט (52), און קיין שום פרשה ווערט נישט צאמגעשטעלט.
אין די ראשונים ווערט דערמאנט א מנהג, וואס ווערט נאך אנגעהאלטן אין איינצלנע קהילות, לויט וועלכע פרשת משפטים אדער פרשת כי תשא ווערט אין אזא יאר צעטיילט אויף צוויי, און מטות-מסעי ווערט צאמגעשטעלט אנשטאט[5]
פרשיות אין וועלכע מען ליינט נישט די געווענליכע הפטורה:
- פרשת נח - ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי"
- פרשת תולדות - ליינט מען די הפטורה פון ערב ראש חודש, מחר חודש
- פרשת מקץ - ליינט מען די הפטורה פון שבת חנוכה, "רני ושמחי"
- פרשת פקודי, שבת ראש חודש אדר ב' - נעמט מען ארויס דריי ספרי תורה, די עליה פון "ששי" איז אויך "חזק"[6], און מען ליינט די הפטורה פון פרשת שקלים
- פרשת ויקרא - ליינט מען די הפטורה פון שבת זכור
- פרשת צו - אין ירושלים ליינט מען די הפטורה פון פורים. אין אנדערע פלעצער ליינט מען יא די געווענליכע הפטורה פון פרשת צו, וואס איז אויך גאנץ זעלטן (אין די קהילות וואו מען ליינט יעדן יאר די הפטורה פון שבת הגדול, און נישט בלויז ערב פסח)
- פרשת שמיני - ליינט מען די הפטורה פון פרשת פרה
- פרשת תזריע - ליינט מען די הפטורה פון פרשת החודש
- פרשת אחרי - אין טייל קהילות פירט מען זיך צו ליינען די הפטורה פון שבת הגדול
- מסעי - איז א מחלוקת הראשונים אויב די הפטורה פון "שמעו" (די צווייטע פון די תלת דפורענותא) איז דוחה די הפטורה פון ראש חודש; אין פראג האט מען געזאגט שמעו[7] און אזוי פירן זיך היינט רוב הקהילות, און אין פוזנא האט מען געזאגט די הפטורה פון שבת ראש חודש[8].
- פרשת ראה - טייל ליינען די הפטורה פון ערב ראש חודש, מחר חודש
אין קעגנזאץ, ליינט מען אין פרשת משפטים די הפטורה פון משפטים, א זאך וואס מאכט זיך זעלטן. אנדערע זעלטענע "געווענליכע" הפטורות זענען, אין פרשת ויקהל, אין פרשת צו (חוץ פון ירושלים), און אין פרשת פינחס, וואס קומט אויס בעפאר די תלת דפרענותא.
ספר בראשית | ספר שמות | ספר ויקרא | ספר במדבר | ספר דברים | |||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
פרשה | דאטום | פרשה | דאטום | פרשה | דאטום | פרשה | דאטום | פרשה | דאטום |
בראשית | כ"ד תשרי | שמות | כ' טבת | ויקרא | ח' אדר ב' | במדבר | כ"ו אייר | דברים | ח' אב |
נח | א' חשון | וארא | כ"ז טבת | צו | ט"ו אדר ב' | נשא | ד' סיון | ואתחנן | ט"ו אב |
לך לך | ח' חשון | בא | ה' שבט | שמיני | כ"ב אדר ב' | בהעלותך | י"א סיון | עקב | כ"ב אב |
וירא | ט"ו חשון | בשלח | י"ב שבט | תזריע | כ"ט אדר ב' | שלח | י"ח סיון | ראה | כ"ט אב |
חיי שרה | כ"ב חשון | יתרו | י"ט שבט | מצורע | ז' ניסן | קרח | כ"ה סיון | שופטים | ו' אלול |
תולדות | כ"ט חשון | משפטים | כ"ו שבט | אחרי | י"ד ניסן | חקת | ב' תמוז | כי תצא | י"ג אלול |
ויצא | ז' כסלו | תרומה | ג' אדר א' | קדושים | כ"ח ניסן | בלק | ט' תמוז | כי תבוא | כ' אלול |
וישלח | י"ד כסלו | תצוה | י' אדר א' | אמור | ה' אייר | פינחס | ט"ז תמוז | נצבים | כ"ז אלול |
וישב | כ"א כסלו | כי תשא | י"ז אדר א' | בהר | י"ב אייר | מטות | כ"ג תמוז | וילך | |
מקץ | כ"ח כסלו | ויקהל | כ"ד אדר א' | בחוקותי | י"ט אייר | מסעי | א' אב | האזינו | ג' תשרי |
ויגש | ו' טבת | פקודי | א' אדר ב' | וזאת הברכה | שמחת תורה | ||||
ויחי | י"ג טבת |
צו ליינען מער
- מרדכי גנוט, "על קביעותה הנדירה של שנת ה'תשס"ח (הח"א מעוברת ושמיטה)", לוח דבר בעתו - התשס"ח, אויף אוצר החכמה
- יוסף עופר, שכיחותן של קביעות השנה ושל ההפטרות, אין: סיני קכא, תשנ"ח, עמ' רי-רכד.
- רבי דוד הלוי העבער, "בענין הפטרות שאינם מצויות", שערי זמנים, סימן כ"א, אויף היברובוקס
דרויסנדיגע לינקס
- פרשת 'אם כסף תלוה', אויף פורום אוצר החכמה
רעפערענצן
- ↑ ספר העבור, מאמר ב' שער ט'; יסוד עולם, מאמר ד' פרק י'; מפרש, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה י'; טור, אורח חיים, סימן תכ"ח.
- ↑ יעקב מתלון, "חזרה של קביעות השנה אחרי שלוש שנים: לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות", אין: יסודות הלוח העברי, הוצאת לוח, תשע"ג
- ↑ בלויז השא, א געווענליך יאר, איז נאך זעלטענער
- ↑ לויט די אריגינעלע מנהג אשכנז, האט מען געזאגט תחנון אין פסח שני. די חילוקי מנהגים זענען געשאפן געווארן ביי די קהילות וואו עס איז געווארן איינגעפירט נישט צו זאגן תחנון.
- ↑ ספר העיבור, מאמר שני שער עשירי; מנהגי מהרא"ק ניסן; ארחות חיים הל' קריאת התורה אות סג; ספר אבודרהם, סימני פרשיות מחוברות וחלוקות. זעט אויך ספר החינוך און רבינו בחיי פרשת משפטים, וועלכע דערמאנען א "פרשת אם כסף".
- ↑ זעט רבי מאיר שמחה פון דווינסק, אור שמח אויפ'ן רמב"ם, הלכות תפילה, פרק יג, הלכה כ, איבער א דין תורה וועגן א קהל וואס האט פארקויפט דעם זכות פון יעדן "ששי" פאר איינעם און פון יעדן "חזק" פאר א צווייטן, פאר וועמען עס געהערט ווען די זעלבע עליה איז ביידע - א שאלה וואס איז נאר שייך אין א החא יאר.
- ↑ אליה רבה תקמט:ג
- ↑ לבוש או"ח תקמט:א
קביעות פון יארן אינעם לוח | |
---|---|
|