פרשת חקת

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Arrow r.svg חקת Arrow l.svg
פסוקים במדבר יט, א - כב, א
צאל פסוקים 87 (43'סטע)
צאל ווערטער 1245 (40'סטע)
צאל אותיות 4670 (41'סטע - אייניג מיט פרשת שמיני)
אינהאלט פרה אדומה און טומאת מת; די פטירה פון מרים און אהרן; מי מריבה; נחש הנחושת; מלחמות קעגן פארשידענע פעלקער
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (3)  לא תעשה (0)
צוגרייטן דעם פרה אדומה; טומאת מת; דינים פון מי חטאת
הפטורה
אשכנזים, ספרדים און איטאליענער שופטים יא, א–לג
פאזנע שופטים יא, א–כד
תימנים שופטים יא, א–מ
"וְיִקְחוּ אֵלֶיךָ פָרָה אֲדֻמָּה תְּמִימָה." א פרה אדומה

פרשת חֻקַּת איז די זעקסטע סדרה פון ספר במדבר, און די 39'סטע פון דער תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל י"ט, פסוק א', ביז קאַפּיטל כ"ב, פסוק א', לויט דער אנגענומענער צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 87 פסוקים און צען פרשיות - זעקס פתוחות און פיר סתומות.

די פרשה רעכנט ערשט אויס די דינים פון פרה אדומה און טומאת מת. דאן ווערן געשילדערט געשעענישן פון די פערציגסטע יאר פון די אידן אין מדבר: די פטירה פון מרים הנביאה; די געשיכטע פון די מי מריבה; די פטירה פון אהרן הכהן; די געשיכטע מיט'ן נחש הנחושת; און די מלחמות פון די אידן מיט'ן קעניג פון ערד, מיט די אמורים, מיט סיחון און עוג.

פרשת חקת ווערט געליינט צווישן די דאטומען ל' סיון און י"ב תמוז (אין חוץ לארץ). אין יארן וואס יום טוב שני פון שבועות אין חוץ לארץ געפאלט אום שבת, ליינט מען חקת אינאיינעם מיט פרשת בלק. די פרשה פון פרה אדומה (יט, א–כב) ווערט געליינט פאר מפטיר אום שבת פרה.

פרשה אינהאלט

פרה אדומה און טומאת מת

די פרשה הייבט זיך אן מיט די דינים פון פרה אדומה און טומאת מת. גאט האט באפוילן משה און אהרן צו נעמען א רויטע קו אנע פעלער, וואס האט נאכנישט געטראגן אויף זיך א יאך, מען זאל איר איבערגעבן צו אלעזר הכהן וועלכער זאל איר ארויסטראגן אינדרויסן פון מחנה, איר שחט'ן און שפריצן די בלוט קעגן דעם אהל מועד. דאן זאל מען פארברענען די קו, און אריינווארפן אין פייער א טענענהאלץ און רויטע פאדעם. א טהור'ער מענטש זאל דאן צוזאמנעמען די אַש פונעם פרה און אוועקלייגן געמישט מיט שפריץ-וואסער.

א מענטש אדער זאך וואס רירט אן, אדער געפינט זיך אין די זעלבע "אהל" פון, א טויטע מענטש אדער טיילן פונעם קערפער, ווערט טמא פאר זיבן טעג. זיך צו רייניגן מישט מען די אַש פונעם פרה אדומה מיט וואסער, און מיט אן אזוב שפריצט מען אויף אים די וואסער געמיש פונעם פרה אדומה - די "מי חטאת". א טמא'נער מענטש טאר נישט אריינגיין אין בית המקדש, און ווער ס'איז עובר דערויף איז חייב כרת. אלע וואס געבן זיך אפ מיט'ן פרה אדומה ווערן טמא ביז ביינאכט און דארפן וואשן זייערע קליידער, ווי א ראשון לטומאה[1].

פטירה פון מרים - מי מריבה

די אידן האבן דערגרייכט מדבר צין אויף די ערשטע חודש, און זיך באזעצט אין קדש, וואו מרים איז אוועק און באערדיגט געווארן. נאך מרימ'ס פטירה האט דאס פאלק נישט געהאט קיין וואסער צו טרינקען, און זיי זענען זיך געקומען באקלאגן צו משה און אהרן, וועלכע זענען געגאנגען צום אהל מועד, וואו דער כבוד פון אויבערשטן האט זיך באוויזן.

גאט האט באפוילן משה צו נעמען דעם שטעקן און פאר'ן גאנצן פאלק רעדן צום שטיין זאל ארויסגעבן וואסער פאר'ן געמיינדע. משה האט גענומען דעם שטעקן, אבער אנשטאט רעדן האט ער געשלאגן דעם שטיין פאר'ן פאלק, און די שטיין האט ארויסגעגעבן אסאך וואסער. גאט האט דאן געזאגט צו משה און אהרן, אז וויבאלד זיי האבן נישט געגלייבט אין אים און געשלאגן דעם שטיין וועלן זיי נישט אריינברענגען די אידן צום לאנד[2].

די רייזע קיין ארץ ישראל, פטירה פון אהרן

דאס אייננעמען דעם אמורי

משה האט געשיקט שליחים צום קעניג פון אדום, זיך איינבעטן צו לאזן די אידן דורכגיין זיין לאנד, מיט א צוזאג נישט צו אנרירן סיי וואס אין לאנד. אדום האט עס צוריקגעוויזן, און אנשטאט געסטראשעט און זיך געגרייט מיט א שטארקע מיליטער, און די אידן האבן אפגעטרעטן פון אדום[3].

די אידן זענען אנגעקומען צו הר ההר, וואו השי"ת האט געזאגט צו משה זאל ארויפפירן אהרן און זיין זון אלעזר צום בארג, אויסטון אהרן די בגדי כהן גדול און עס אנטון פאר אלעזר. משה האט אזוי געטון פאר די אויגן פונעם פאלק, און אהרן איז דארט אוועק, ווען די אידן קלאגן נאך אים דרייסיג טעג[4].

דער קעניג פון ערד האט געהערט אז די אידן קומען, און איז ארויס אין מלחמה קעגן זיי. נאך וואס די אידן האבן געמאכט א נדר אז זיי וועלן מחרים זיין די רויב פאר'ן אויבערשטן, האבן זיי אים בייגעקומען און שווער געשלאגן[5]

די אידן האבן זיך געצויגן אויפ'ן וועג צום ים סוף כדי אויסצוקרויזן אדום, און געווארן אפגעמוטשעט פונעם וועג, און בארעדט דעם אויבערשטן און משה פאר'ן זיי ברענגען צום מדבר. גאט האט געשיקט ברענענדיגע שלענג וואס האבן געביסן דאס פאלק, און גע'הרג'עט פיל אידן. דאס פאלק איז געקומען צו משה און געזאגט אז זיי האבן געזינדיגט, און ער זאל בעטן ביים אויבערשטן אפצוטון די שלענג, און משה האט געדאווענט פאר זיי. גאט האט באפוילן משה צו מאכן א קופערנעם שלאנג און עס שטעלן אויף א שטאנג, און ווען די געביסענע וועלן קוקן דערויף וועלן זיי איבערלעבן, און אזוי איז געווען. פון דארטן האבן זיך די אידן ווייטער געצויגן ביז'ן אנקומען צום גרעניץ פונעם אמורי, וואו די אידן האבן געזינגען דעם "שירת הבאר", פאר די וואסער וואס איז ארויסגעקומען פון א שטיין.

דאן האבן די אידן געשיקט שליחים צו סיחון, דער קעניג פון אמורי, אים בעטן צו אדורכלאזן די אידן, און ווידער צוגעזאגט נישט צו אנרירן סיי וואס אין זיין לאנד, אבער סיחון האט דאס צוריקגעוויזן, און איינגעזאמעלט זיין גאנצן פאלק און ארויס אין קריג קעגן די אידן. די אידן האבן זיי שווער געשלאגן, איינגענומען זייער לאנד און עס באזעצט. דאס זעלבע האט פאסירט מיט עוג דער קעניג פון בשן, וועלכע איז ארויס אין קריג מיט די אידן און מען האט אים באזיגט, גענצליך אויסגעראטן זיין פאלק, און באזעצט זיין לאנד[6].

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[7] זענען פארהאן דריי מצוות עשה אין דער פרשה:

עשה / לאו מצוה מקור אקטועל היינט באפוילענע
1 עשה פארברענען און צוגרייטן דעם פרה אדומה דַּבֵּר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְיִקְחוּ אֵלֶיךָ פָרָה אֲדֻמָּה וגו' ...וְהָיְתָה לַעֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לְמִשְׁמֶרֶת וגו' (יט, ב–ט) ניין יעדער
2 עשה דינים פון טומאת מת זֹאת הַתּוֹרָה אָדָם כִּי יָמוּת בְּאֹהֶל כָּל הַבָּא אֶל הָאֹהֶל וְכָל אֲשֶׁר בָּאֹהֶל יִטְמָא שִׁבְעַת יָמִים (יט, יד)
3 עשה דינים פון מי חטאת וְהִזָּה הַטָּהוֹר עַל הַטָּמֵא וגו' וּמַזֵּה מֵי הַנִּדָּה וגו' (יט, יט–כא) ניין

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה קען געפאלן אין זיבן (אין א"י, אין חו"ל זעקס) אנדערע דאטומען:

באהעפטונג צו בלק

אין חוץ לארץ, אין יארן וואס יום טוב שני פון שבועות געפאלט אום שבת, ליינט מען חקת אינאיינעם מיט פרשת בלק. אין די תימנ'ע קהילות איז געווען א מנהג - אנשטאט צו באהעפטן די פרשיות מטות-מסעי, צו צעטיילן פרשת חקת אין צווייען ביי די פסוק "ויסעו מקדש" (כ, כב), און ליינען די ערשטע האלב מיט פרשת קרח, און די צווייטע אינאיינעם מיט פרשת בלק. דער מנהג צו צעטיילן חקת ווערט שוין געברענגט אין די גאונים[8], אבער מערסטנס תימנים היינט באהעפטן גאנץ חקת מיט בלק, און טייל פירן זיך שוין היינט ווי די איבריגע קהילות (אין ארץ ישראל), און באהעפטן מטות און מסעי[9].

הפטורה

מען ליינט די הפטורה אין ספר שופטים, פון קאַפּיטל י"א, פסוק א'; די ספרדים און אשכנזים ליינען ביז פסוק ל"ג, די ראָמאַניאטן ביי פסוק כ"א, אין פאזנע ביי פסוק כ"ד, און די תימנים ביי פסוק מ'.

אין די הפטורה געבט יפתח הגלעדי א היסטארישע איבערבליק - איידער'ן ארויסגיין אין קריג מיט די עמונים, איבער די מלחמות וואס די אידן האבן געפירט, אריינגערעכנט די מלחמה קעגן סיחון און עוג, געשילדערט אין אונזער פרשה.

אין השג יארן ליינט מען די פרשה אום שבת ראש חודש תמוז, און מען ליינט מען ליינט די הפטורה "השמים כסאי". ווען די פרשה גייט אינאיינעם מיט בלק, נעמען מיר אן - ווי געווענליך ביי באהאפטענע פרשיות, צו ליינען די הפטורה פונעם צווייטן[10].

דרויסנדע לינקס

טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת חקת", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

רעפערענצן

  1. קאַפּיטל י"ט.
  2. כ, א–יג.
  3. במדבר כ, יד–כא.
  4. במדבר כ, כב–כט.
  5. כא, א–ג.
  6. כא, ד-כב, א.
  7. ספר החינוך, מצוות שצזשצט.
  8. זעט צום ביישפיל סדור רב סעדיה גאון. אין מדרש הביאור (העב') ווערט געברענגט דער טעם, וויבאלד מען וויל צעטיילן די פטירה פון אהרן און מרים אין באזונדערע קריאות.
  9. חלוקת קרח וחצי-חקת וחצי-חקת ובלק אויף אור הרמב"ם וועבזייטל.
  10. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן רפ"ד, סעיף ז'. עס איז פארהאן אלטע מנהגים יא צו ליינען די הפטורה פון חוקת, וויבאלד בלק ווערט אויך דערמאנט אין די הפטורה (אין שופטים יא, כה); זעט אין חומש אשכנז-צרפת בכתב יד, הפטרות, מגלות וספר איוב: עם ניקוד וטעמים, מסורה קטנה וגדולה, עמ' 96, בפרויקט "כתיב" באתר הספרייה הלאומית צוצולייגן די פסוקים נאך פסוק כ"ד ווען עס איז באהאפטן.


* חקת קאַטעגאָריע:סיון קאַטעגאָריע:תמוז קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען