רוי:יפתח הגלעדי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

יפתח הגלעדי איז געווען איינער פון די שופטים (הערשער) ביי אידן אין די גאר אלטע צייטן, פאר דעם ערשטן קעניג שאול המלך. ער האט געשטאמט פון גלעד אין עבר הירדן. דער סיפור וועגן אים ווערט דערציילט אין שופטים יא-יב.

ער האט געפירט מלחמות קעגן עמון און אפגעהאלטן א גרויסן זיג און באפרייט די אידן. גייענדיג צו דער מלחמה האט ער א נדר געטון אז די ערשטע זאך וואס וועט אים אנטקעגנקומען וועט ער ברענגען פאר א קרבן. צופעליג איז אים אנטקעגנגעקומען זיין איינציגע טאכטער, און יפתח האט מיט איר הסכמה איר געברענגט אלס קרבן; לויט שפעטערע מיינונגען, האט ער איר נישט געטויט נאר זי איז געבליבן א מיידל איר גאנץ לעבן. די טעמע פון בת יפתח האט געדינט אלס שטאף אויך פאר ענליכע סיפורים ביי אנדערע פעלקער.

יפתח האט אויך געפירט א בלוטיגע מלחמה קעגן שבט אפרים. אין סיפור פון יפתח ווערן אויך געברענגט די דיפלאמאטישע פארהאנדלונג-דאקומענטן צווישן יפתח און דעם מלך פון עמון[1].

רעפערענצן

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!