רוי:ה'תשס"ה
ה'תשס"ה (5,765) און בקיצור תשס"ה, איז א אידיש יאר, וואס האט זיך אנגעהויבן א' תשרי, דעם אוונט פאר סעפטעמבער 16, 2004, און האט זיך געענדיגט כ"ט אלול, אקטאבער 2, 2005.
דער מולד פון תשרי געפאלט דינסטאג בייטאג, 15 מינוט און 17 חלקים נאך איין. דער קביעות פון יאר איז דעריבער השא. עס איז אן עיבור יאר, און איז לאנג 383 טעג.
עס איז דאס פערטע יאר אין א שמיטה, און די 8'טע יאר אינעם 304'טן מחזור העיבור. תקופת ניסן פון דער יאר הייבט אן די 25'סטע יאר (סימנה כהלוא) אינעם 206'טן מחזור גדול פון דער זון.
דאס איז שנת א'תתקל"ו צום חורבן בית המקדש, און שנת ב'שט"ז לשטרות.
געשעענישן
- א' תשרי - הוריקאן אין USA
- י"ט חשון - אריאל שאראן שטעלט אויף א פאליטישע פארטיי מיטן נאמען קדימה.
- כ"ו ניסן - טאני בלייר ווערט פרעמיער מיניסטער אין גרויסבריטאניע.
- ל' סיון - אל קיידע באמבאדירט מיט טעראר אין א אונטערערדישע באן און אויף אויטאבוסן אין גרויסבריטאניע.
- ה' תמוז - זעלבסטמערדער עקספלאזירט זיך אין נתניה, מדינת ישראל.
- ט' אב - די ריקצוג פלאן (התנתקות) פון 'גוש קטיף' אין מדינת ישראל איז אויסגעפירט.
- כ"ד אב - 'האריקעין קאטרינא': א שווערע האריקעין האט באפאלן אמעריקע, ס'איז געווען גאר שטארק און האט פארפלייצט ניו-ארליענס. די ווינטן זענען געווען אזוי שטארק, אז די וואסער האט צעבראכן אירע גרעניצן און פארפלייצט דעם גאנצן שטאט. אומצאליגע האבן פארלוירן זייערע היימען אדער זייערע נאנטסטע.
געבוירן
נפטר געווארן
- י"ז אדר ב' – רבי אברהם מנחם דאנציגער, אלעקסאנדערער רבי
- כ"ו תמוז – רבי שלמה זאב צווייגענהאפט, ראש השוחטים פון פוילן און רב פון האנאווער און נידערזאקסן
- ט"ז אלול – שמעון וויזנטאל, נאצי-יעגער
קאלענדאר
| ►► | ה'תשס"ה | ◄◄ |
| 2004 - 2005 |
פאָלגנד איז א אידיש - גרעגאריאנישער קאלענדאר. אין יעדן טאג קעסטל איז פארהאן איין אדער צוויי אותיות אנצוצייכענען דעם טאג אינעם אידישן חודש, און א נומער אנצוצייכענען דעם טאג אינעם גרעגאריאנישן מאנאט.
| יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!