כ"ו חשון
(אַריבערגעפירט פון כ"ו חשוון)
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
כ"ו חשון איז דער זעקס־און־צוואנציגסטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער זעקס־און־צוואנציגסטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
בשה בחה בשז בחג |
זונטאג | תולדות |
גכה גכז |
מאנטאג | תולדות |
הכז השא החא השג |
מיטוואך | תולדות |
זשה זחא זשג זחג |
פרייטאג | חיי שרה |
חגים וזמנים
געשעענישן
- ה'תקמ"ד – די ערשטע רייזע מיט א אומפארבינדענע לופטבאלאן ווערט אויסגעפירט אין פאריז
- ה'תרע"ט – דייטשלאנד שרייבט אונטער דעם וואפן שטילשטאנד, וואס האט ענדגילטיג געענדיגט די ערשטע וועלט-מלחמה
- ה'תרצ"ז – די פיל קאמיסיע קומט אן קיין ארץ ישראל
- ה'תשי"ז – סיני מלחמה: פראנקרייך און בריטאניע הייבן אן באמבארדירן עגיפטן, צו צווינגען עפענונג פון דער סועץ קאנאל
- ה'תשכ"ו – ווערט באנייט דער אשדוד פארט, דער צווייטער מאדערנער פארט אין מדינת ישראל
- ה'תשל"ד – ווערט אויפגעשטעלט די אגראנאט קאמיסיע, צו פארשן דעם דורכפאל פון מדינת ישראל מיליטער פארשטאנד פירנדיג צום יום כיפור מלחמה
- ה'תשמ"ג – יורי אנדראפאוו ווערט פירער פון דער סאוויעטן פארבאנד, אויפן ארט פונעם פארשטארבענעם לעאניד ברעזשנעוו
געבוירן
- ה'תקצ"ז – רבי חיים הלל פריד, משנה לראש ישיבת וואלאזשין (נפטר ה'תרע"א)
- ה'תרע"ב – רבי מצליח מאזוז, פראמינענטער רב אין טוניסיע, דיין אין טוניס, גרינדער פון ישיבת כסא רחמים (אומגעברענגט ה'תשל"א)
- ה'תשי"ד – רבי יצחק משה ערלאנגער, א מקובל און חסיד'ישער משפיע אין ירושלים, מחבר פון די סעריע ספרים "קונטרסי חסידות"
- ה'תשכ"ט – רבי נתן ראטמאן, א ליטווישער תלמיד חכם און הוגה דעות
יארצייטן
- ה'תקס"ד – רבי רפאל הכהן פון האמבורג, מחבר פון "תורת יקותיאל" און "ושב הכהן" (געבוירן ה'תפ"ג)
- ה'תרפ"ו – רבי שלום פערלאוו פון קוידאנאוו, רב אין בערעזנע, מחבר פון "משמרת שלום" (געבוירן ה'תרי"א)
- ה'תרצ"ה – רבי יחיא אביאטש, הויפט רב פון תימנ'ער אידנטום (געבוירן ה'תרכ"ג)
- ה'תש"ב – רבי שמחה סאלאווייטשיק, רב פון מאהיליוו, יונגסטער זון פון דער בית הלוי (געבוירן ה'תרל"ט)
- ה'תשט"ז – רבי חנניה גבריאל, אב בית דין און פירער פון מועצת הרבנות אין קיירא (געבוירן ה'תרל"ה)
- ה'תשנ"ה – רבי שלום לופס, רב פון עכו (געבוירן ה'תרס"ה)
- ה'תשס"ג – רבי שלום חיים פרוש, א פארשער פון חסידות און סעקרעטאר פון מועצת גדולי התורה (געבוירן ה'תרצ"ג)
- ה'תשע"ד – רבי ירחמיאל צבי האלפערט, נשיא פון ישיבת אהבת תורה און ראש הכולל פון "פינטער'ס כולל" אין לאנדאן, מחבר פון "תפארת צבי"