רוי:לופטבאלאן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
א הייסער לופטבאַלאָן פליענדיק איבער קוויבעק

א לופטבאַלאָן איז א סארט לופטמאשין וואס בלייבט אין דער הימל דורך פלאַטערונג. געווענליך פליען מענטשן אין לופטבאַלאָנען צו האבן הנאה.

א לופטבאַלאָן איז אנדערש פון א לופטשיף. א לופטשיף איז א פלאַטערנדיקע לופטמאשין וואס האט א מאטאר און קען טוישן איר ריכטונג. א לופטבאַלאָן האט נישט קיין מאטאר און קען נישט זיין ריכטונג טוישן (אויסנעמלעך ארויף און אראפ). א לופטבאַלאָן גייט דורך באוועגונג מיט דער ווינט.

דער אונטערטייל פון דעם לופטבאַלאָן איז דער "קאָרב", אין וועלכן מענטשן קענען זיצן אדער שטיין.

דער שפיץ פון דעם לופטבאַלאָן איז א גרויסער געוואַנט זאַק וואס הייסט די "אָבוואָלוטע".

סארטן לופטבאַלאָנען

עס זענען דא דריי סארטן לופטבאַלאָנען:

  • הייסע לופטבאַלאָנען בלייבן אין דער הימל דורך הייצן די לופט אין דער אבוואלוטע. מאכן די לופט הייס העלפט זי ווערן ווייניגער געדיכט. הייסע לופטבאַלאָנען זענען דער מערסט גאַנגבאַרער סארט לופטבאַלאָנען. מענטשן זאגן אָפט "הייסער לופטבאַלאָן" פאר ידען סארט לופטבאַלאָן, וואס איז נישט זייער ריכטיק.
  • גאַז לופטבאַלאָנען זענען נישט הייס. גאַז לופטבאַלאָנען האבן א קליינע קוואנטום פון גאז אין זייערע אָבוואָלוטעס. גאַז לופטבאַלאָנען נוצן גאַזן אזוי ווי העליום און הידראגען.
  • ראָזיער לופטבאַלאָנען זענען ענליך מיט די ביידע אנדערע סארטן. א טייל פון דער אָבוואָלוטע האט הייסע לופט אריין. אן אנדערער טייל אנטהאלט א נישט הייסער גאַז. ראָזיער לופטבאַלאָנען קען פליען זייער ווייט. זיי האבן געפלויגן ארום דער וועלט אן אָפּשטעלן.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!