בחג יאר
א בחג יאר איז איין פון פערצן סארטן יארן אין דער באשטימטער אידישער לוח. א בחג יאר הייבט זיך אין מאנטאג (ב), איז חסרה (ח) - חשון און כסלו פארמאגן ביידע 29 טעג, און פסח הייבט זיך אן דינסטאג (ג). אזא סארט יאר איז א געווענליך יאר (מיט איין אדר), און איז לאנג 353 טעג, וואס אין זיי פופציג שבתים.
א בחג יאר קומט אויס ווען דער מולד פון חודש תשרי פון א פשוט יאר פאלט אויס צווישן שבת, 18 שעה אין טאג, און זונטאג, 9 שעה און 204 חלקים[1], וואס באטרעפט ארום 5.71% פון אלע יארן[2].
צווישן די יארן ה'ת"ש-ה'תת"ן געפאלט דער קביעות אין די יארן: ה'תשכ"ו, ה'תשנ"ג, ה'תשע"ג, ה'תשע"ז, ה'תשצ"ז, ה'תת"ד, ה'תתכ"ד.
קאלענדאר
יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
חגים וזמנים
- אין א בחג יאר איז פארהאן צוויי מאל א שבת ראש חודש: ראש חודש שבט איז שבת, און ראש חודש תמוז איז שבת און זונטאג.
- חנוכה געפאלט פון זונטאג (מוצאי שבת) ביז זונטאג.
- ט"ו בשבט געפאלט שבת.
- פורים געפאלט מאנטאג (שושן פורים דינסטאג).
- ל"ג בעומר געפאלט זונטאג.
- שבועות געפאלט מיטוואך (אויך דאנערשטאג אין חוץ לארץ).
- תעניתים: צום גדליה געפאלט מיטוואך, עשרה בטבת געפאלט זונטאג, תענית אסתר ווערט געפעדערט צו דאנערשטאג, תענית בכורים געפאלט מאנטאג, און שבעה עשר בתמוז און תשעה באב געפאלן ביידע דינסטאג.
פרשיות און הפטורות
אין א בחג יאר זענען פארהאן פופציג שבתים, וואס אין צוויי פון זיי טוט מען נישט ליינען א פרשת השבוע: שבת חול המועד סוכות און שבת חול המועד פסח. אויסצוגלייכן דעם צאל פון די פרשיות געליינט אין שבת (53, וזאת הברכה ווערט געליינט אין שמחת תורה) מיט דעם צאל פון שבתים אין וועלכע זיי ווערן געליינט (48), ווערן צאמגעשטעלט די פרשיות ויקהל-פקודי, תזריע-מצורע, אחרי-קדושים, בהר-בחוקותי, און מטות-מסעי. חוץ פון דעם, ווערט אויך צאמגעשטעלט פרשת נצבים-וילך ביים ענדע פון יאר; פרשת וילך ווערט אלזא געליינט צוויי מאל אין אזא יאר, אין ערשטן שבת און אין לעצטן. אלעס אינאיינעם ווערן צאמגעשטעלט אלע פרשיות וועלכע קענען גייען צוזאמען איבעראל (חוץ פון חקת-בלק וועלכע ווערן נאר צאמגעשטעלט אין חוץ לארץ, אין טייל אנדערע יארן).
פרשיות אין וועלכע מען ליינט נישט די געווענליכע הפטורה:
- פרשת מקץ - ליינט מען די הפטורה פון שבת חנוכה, "רני ושמחי"
- פרשת וארא - ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי"
- פרשת משפטים - ליינט מען די הפטורה פון פרשת שקלים
- פרשת תצוה - ליינט מען די הפטורה פון שבת זכור
- פרשת כי תשא - ליינט מען די הפטורה פון פרשת פרה
- פרשת ויקהל-פקודי - ליינט מען די הפטורה פון פרשת החודש
- פרשת צו - אין רוב קהילות פירט מען זיך צו ליינען די הפטורה פון שבת הגדול
- פרשת קרח - ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי"
די הפטורה פון "מחר חודש" ווערט אינגאנצן נישט געליינט אין אזא יאר.
ספר בראשית | ספר שמות | ספר ויקרא | ספר במדבר | ספר דברים | |||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
פרשה | דאטום | פרשה | דאטום | פרשה | דאטום | פרשה | דאטום | פרשה | דאטום |
בראשית | כ"ז תשרי | שמות | כ"ג טבת | ויקרא | ה' ניסן | במדבר | ב' סיון | דברים | ו' אב |
נח | ד' חשון | וארא | א' שבט | צו | י"ב ניסן | נשא | ט' סיון | ואתחנן | י"ג אב |
לך לך | י"א חשון | בא | ח' שבט | שמיני | כ"ו ניסן | בהעלותך | ט"ז סיון | עקב | כ' אב |
וירא | י"ח חשון | בשלח | ט"ו שבט | תזריע | ג' אייר | שלח | כ"ג סיון | ראה | כ"ז אב |
חיי שרה | כ"ה חשון | יתרו | כ"ב שבט | מצורע | צאמגעשטעלט | קרח | ל' סיון | שופטים | ד' אלול |
תולדות | ג' כסלו | משפטים | כ"ט שבט | אחרי | י' אייר | חקת | ז' תמוז | כי תצא | י"א אלול |
ויצא | י' כסלו | תרומה | ו' אדר | קדושים | צאמגעשטעלט | בלק | י"ד תמוז | כי תבוא | י"ח אלול |
וישלח | י"ז כסלו | תצוה | י"ג אדר | אמר | י"ז אייר | פינחס | כ"א תמוז | נצבים | כ"ה אלול |
וישב | כ"ד כסלו | כי תשא | כ' אדר | בהר | כ"ד אייר | מטות | כ"ח תמוז | וילך | צאמגעשטעלט / ו' תשרי |
מקץ | ב' טבת | ויקהל | כ"ז אדר | בחוקותי | צאמגעשטעלט | מסעי | צאמגעשטעלט | האזינו | י"ג תשרי |
ויגש | ט' טבת | פקודי | צאמגעשטעלט | וזאת הברכה | שמחת תורה | ||||
ויחי | ט"ז טבת |
רעפערענצן
- ↑ ספר העבור, מאמר ב' שער ט'; יסוד עולם, מאמר ד' פרק י'; מפרש, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה י'; טור, אורח חיים, סימן תכ"ח.
- ↑ יעקב מתלון, "חזרה של קביעות השנה אחרי שלוש שנים: לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות", אין: יסודות הלוח העברי, הוצאת לוח, תשע"ג