רוי:ה'שי"ח
יאר אין אידישן לוח
ה'שי"ח (5318) – אדער אין קורצן שי"ח – איז א אידיש יאר, וואס האט זיך אָנגעהויבן א' תשרי: דעם אוונט בעפאר אויגוסט 26, 1557, און עס האט זיך פאַרענדיגט כ"ט אלול: סעפטעמבער 12, 1558. ה'שי"ח איז אן עיבור יאר (מיט צוויי חדשים אדר: אדר א' און אדר ב') וואס איז לאנג 383 טאג. דאס איז דאס פינפטע יאר צו שמיטה.
דאס יאר ה'שי"ח האט דאס קביעות החא.
געשעענישן
- דער זוהר ווערט געדרוקט צום ערשטן מאל אין מאנטאווע.
- דאס קבלה ספר מערכת האלוהות ווערט געדרוקט צום ערשטן מאל אין פירארה און מאנטאווע, צוזאמען מיטן פירוש מנחת יהודה פונעם מקובל יהודה חייט.
- תומר דבורה ווערט געדרוקט צום ערשטן מאל אין ווענעציע דורך רבי משה באסולה
- עס האט אויסגעבראכן איינע פון די מחלוקות'ן צווישן רבי משה פרובינצאלו און אנדערע חכמי דורו, באוואוסט אלס פרשת רבי משה אבן שושן
געבוירן
- אין פראג - רבי ישעיה הלוי הורוויץ, דער של"ה הקדוש
- אין לובלין - רבי מאיר פון לובלין, באקאנט אלס דער מהר"ם לובלין אדער סתם מהר"ם
נפטר געווארן
- רבי שלמה די סיריליאו, דער ערשטער צו דרוקן א פירוש אויפן ירושלמי
קאלענדאר
►► | ה'שי"ח | ◄◄ |
1557 - 1558 |
פאָלגנד איז א אידיש - יוליאנישער קאלענדאר. אין יעדן טאג קעסטל איז פארהאן איין אדער צוויי אותיות אנצוצייכענען דעם טאג אינעם אידישן חודש, און א נומער אנצוצייכענען דעם טאג אינעם יוליאנישן מאנאט.
יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
צום גדליה איז א נדחה, חשון און כסליו זענען געווען חסר, און אין ירושלים האלט מען פורים משולש.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!