רוי:ה'תשס"ו
ה'תשס"ו (5,766) און בקיצור תשס"ו, איז א אידיש יאר, וואס האט זיך אנגעהויבן א' תשרי, דעם אוונט פאר אקטאבער 4, 2005, און האט זיך געענדיגט כ"ט אלול, סעפטעמבער 22, 2006.
דער מולד פון תשרי געפאלט מאנטאג בייטאג, 48 מינוט און 12 חלקים נאך צען. דער קביעות פון יאר איז דעריבער השא. עס איז נישט קיין עיבור יאר, און איז לאנג 354 טעג.
עס איז דאס פינפטע יאר אין א שמיטה, און די 9'טע יאר אינעם 304'טן מחזור העיבור. תקופת ניסן פון דער יאר הייבט אן די 26'סטע יאר (סימנה כולזז) אינעם 206'טן מחזור גדול פון דער זון.
דאס איז שנת א'תתקל"ז צום חורבן בית המקדש, און שנת ב'שי"ז לשטרות.
קאלענדאר
| ►► | ה'תשס"ו | ◄◄ |
| 2005 - 2006 |
פאָלגנד איז א אידיש - גרעגאריאנישער קאלענדאר. אין יעדן טאג קעסטל איז פארהאן איין אדער צוויי אותיות אנצוצייכענען דעם טאג אינעם אידישן חודש, און א נומער אנצוצייכענען דעם טאג אינעם גרעגאריאנישן מאנאט.
| יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
געשעענישן
- ד' טבת - אריאל שאראן האט באקומען א בלוטשטורץ און אריין אין שפיטאל
- י"ז תמוז - צה"ל גייט ארויס מלחמה קעגן די כיזבאללא אין לעבענאן.
- מען כאפט אין מאנסי פארקויפן טריפה פלייש אלץ כשר.
נפטר געווארן
- כ"ט טבת - הרב יצחק כדורי, דער זקן המקובלים
- כ"ו ניסן - סאטמארער רבי ר' משה טייטלבוים (געב' תרע"ה).
- ט"ז אייר - קרעטשעניפער רבי ר' צבי הירש רויזנבוים.
- ה' אב ר' מעכל דארפמאן פון חשובי חסידי ברסלב (געב' תרע"ג)
| יארן און יארהונדערטער | |
|---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!