אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בשה יאר"
ק (הגהה) |
אין תקציר עריכה |
||
(6 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|איין פון פערצן סארטן יארן אין אידישן לוח}} | |||
א '''בשה יאר''' איז איין פון פערצן [[קביעות פון יאר|סארטן יארן]] אין דער באשטימטער [[אידישער לוח]]. א בשה יאר הייבט זיך אין [[מאנטאג]] ('''ב'''), איז שלימה ('''ש''') - [[חשון]] און [[כסלו]] פארמאגן ביידע דרייסיג טעג, און פסח הייבט זיך אן [[דאנערשטאג]] ('''ה'''). אזא סארט יאר איז א געווענליך יאר (מיט איין [[אדר]]), און איז לאנג 355 טעג, וואס אין זיי פופציג שבתים. | א '''בשה יאר''' איז איין פון פערצן [[קביעות פון יאר|סארטן יארן]] אין דער באשטימטער [[אידישער לוח]]. א בשה יאר הייבט זיך אין [[מאנטאג]] ('''ב'''), איז שלימה ('''ש''') - [[חשון]] און [[כסלו]] פארמאגן ביידע דרייסיג טעג, און פסח הייבט זיך אן [[דאנערשטאג]] ('''ה'''). אזא סארט יאר איז א געווענליך יאר (מיט איין [[אדר]]), און איז לאנג 355 טעג, וואס אין זיי פופציג שבתים. | ||
א בשה יאר קומט אויס ווען דער [[מולד]] פון [[תשרי|חודש תשרי]] פון א פשוט יאר פאלט אויס צווישן [[זונטאג]], 9 שעה און 204 [[חלק (צייט)|חלקים]] אין טאג, און [[מאנטאג]], 15 שעה און 589 חלקים, אדער, ווען דער פאריגער יאר איז אויך א פשוט יאר, ביז מאנטאג 18 שעה אין טאג{{הערה|ספר העבור, מאמר ב' שער ט'; יסוד עולם, מאמר ד' פרק י'; {{רמב"ם|קידוש החודש|ח|י|מפרש=מפרש}}; {{טור|אורח חיים|תכח}}.}}. דאס מאכט זיך אין ארום 11.8% פון אלע יארן{{הערה|יעקב מתלון, "[https://www.shoresh.org.il/spages/articles/hl007.htm חזרה של קביעות השנה אחרי שלוש שנים: לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות]", אין: '''יסודות הלוח העברי''', הוצאת לוח, תשע"ג}}. | א בשה יאר קומט אויס ווען דער [[מולד]] פון [[תשרי|חודש תשרי]] פון א פשוט יאר פאלט אויס צווישן [[זונטאג]], 9 שעה און 204 [[חלק (צייט)|חלקים]] אין טאג, און [[מאנטאג]], 15 שעה און 589 חלקים, אדער, ווען דער פאריגער יאר איז אויך א פשוט יאר, ביז מאנטאג 18 שעה אין טאג{{הערה|ספר העבור, מאמר ב' שער ט'; יסוד עולם, מאמר ד' פרק י'; {{רמב"ם|קידוש החודש|ח|י|מפרש=מפרש}}; {{טור|אורח חיים|תכח}}.}}. דאס מאכט זיך אין ארום 11.8% פון אלע יארן{{הערה|יעקב מתלון, "[https://www.shoresh.org.il/spages/articles/hl007.htm חזרה של קביעות השנה אחרי שלוש שנים: לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות]", אין: '''יסודות הלוח העברי''', הוצאת לוח, תשע"ג}}. | ||
צווישן די יארן [[ה'ת"ש]]-ה'תת" | צווישן די יארן [[ה'ת"ש]]-ה'תת"נ געפאלט דער קביעות אין די יארן: [[ה'תש"ב]], [[ה'תש"ה]], [[ה'תש"ט]], [[ה'תשי"ב]], [[ה'תשכ"ט]], [[ה'תשל"ב]], [[ה'תשל"ט]], [[ה'תשנ"ו]], [[ה'תשנ"ט]], [[ה'תש"פ]], [[ה'תשפ"ג]], [[ה'ת"ת]], [[ה'תת"ז]], [[ה'תת"י]], ה'תתכ"ז, ה'תת"ל, ה'תתל"ד, ה'תתל"ז. | ||
==קאלענדאר== | ==קאלענדאר== | ||
שורה 28: | שורה 29: | ||
* [[ל"ג בעומר]] געפאלט זונטאג. | * [[ל"ג בעומר]] געפאלט זונטאג. | ||
* [[שבועות]] געפאלט פרייטאג (אויך שבת אין חוץ לארץ). | * [[שבועות]] געפאלט פרייטאג (אויך שבת אין חוץ לארץ). | ||
* תעניתים: [[צום גדליה]] געפאלט מיטוואך, [[עשרה בטבת]] געפאלט דינסטאג, [[תענית אסתר]] געפאלט מאנטאג, [[תענית בכורים]] געפאלט מיטוואך, און [[שבעה עשר בתמוז]] און [[תשעה באב]] געפאלן ביידע דאנערשטאג | * תעניתים: [[צום גדליה]] געפאלט מיטוואך, [[עשרה בטבת]] געפאלט דינסטאג, [[תענית אסתר]] געפאלט מאנטאג, [[תענית בכורים]] געפאלט מיטוואך, און [[שבעה עשר בתמוז]] און [[תשעה באב]] געפאלן ביידע דאנערשטאג. | ||
==פרשיות און הפטורות== | ==פרשיות און הפטורות== | ||
שורה 41: | שורה 42: | ||
*[[פרשת צו]] - אין רוב קהילות פירט מען זיך צו ליינען די הפטורה פון [[שבת הגדול]] | *[[פרשת צו]] - אין רוב קהילות פירט מען זיך צו ליינען די הפטורה פון [[שבת הגדול]] | ||
*[[פרשת תזריע|תזריע]]-[[פרשת מצורע|מצורע]] - ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי" | *[[פרשת תזריע|תזריע]]-[[פרשת מצורע|מצורע]] - ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי" | ||
*[[פרשת במדבר]] - ליינט מען די הפטורה פון | *[[פרשת במדבר]] - ליינט מען די הפטורה פון ערב ראש חודש, [[מחר חודש]] | ||
{| class="wikitable" | {| class="wikitable" | ||
שורה 200: | שורה 201: | ||
| | | | ||
|} | |} | ||
==צו ליינען מער== | |||
* יוסף עופר, [https://yosefofer.com/papers/frequency%20of%20haftarot.pdf שכיחותן של קביעות השנה ושל ההפטרות], אין: '''סיני קכא''', תשנ"ח, עמ' רי-רכד. | |||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
שורה 208: | שורה 212: | ||
[[קאַטעגאָריע:יארן לויט קביעות]] | [[קאַטעגאָריע:יארן לויט קביעות]] | ||
[[קאַטעגאָריע:בשה יארן|*]] | [[קאַטעגאָריע:בשה יארן|*]] | ||
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | |||
[[he:שנת בשה]] | [[he:שנת בשה]] | ||
. | . |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 21:29, 14 אקטאבער 2023
א בשה יאר איז איין פון פערצן סארטן יארן אין דער באשטימטער אידישער לוח. א בשה יאר הייבט זיך אין מאנטאג (ב), איז שלימה (ש) - חשון און כסלו פארמאגן ביידע דרייסיג טעג, און פסח הייבט זיך אן דאנערשטאג (ה). אזא סארט יאר איז א געווענליך יאר (מיט איין אדר), און איז לאנג 355 טעג, וואס אין זיי פופציג שבתים.
א בשה יאר קומט אויס ווען דער מולד פון חודש תשרי פון א פשוט יאר פאלט אויס צווישן זונטאג, 9 שעה און 204 חלקים אין טאג, און מאנטאג, 15 שעה און 589 חלקים, אדער, ווען דער פאריגער יאר איז אויך א פשוט יאר, ביז מאנטאג 18 שעה אין טאג[1]. דאס מאכט זיך אין ארום 11.8% פון אלע יארן[2].
צווישן די יארן ה'ת"ש-ה'תת"נ געפאלט דער קביעות אין די יארן: ה'תש"ב, ה'תש"ה, ה'תש"ט, ה'תשי"ב, ה'תשכ"ט, ה'תשל"ב, ה'תשל"ט, ה'תשנ"ו, ה'תשנ"ט, ה'תש"פ, ה'תשפ"ג, ה'ת"ת, ה'תת"ז, ה'תת"י, ה'תתכ"ז, ה'תת"ל, ה'תתל"ד, ה'תתל"ז.
קאלענדאר
יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
חגים וזמנים
- אין א בשה יאר איז פארהאן צוויי מאל א שבת ראש חודש: ראש חודש טבת איז שבת און זונטאג, און ראש חודש אייר איז פרייטאג און שבת.
- חנוכה געפאלט פון מאנטאג (זונטאג נאכט) ביז מאנטאג. שבת חנוכה איז ראש חודש טבת, און מען נעמט ארויס דריי ספרי תורה.
- ט"ו בשבט געפאלט מאנטאג.
- פורים געפאלט דינסטאג (שושן פורים מיטוואך).
- ל"ג בעומר געפאלט זונטאג.
- שבועות געפאלט פרייטאג (אויך שבת אין חוץ לארץ).
- תעניתים: צום גדליה געפאלט מיטוואך, עשרה בטבת געפאלט דינסטאג, תענית אסתר געפאלט מאנטאג, תענית בכורים געפאלט מיטוואך, און שבעה עשר בתמוז און תשעה באב געפאלן ביידע דאנערשטאג.
פרשיות און הפטורות
אין א בשה יאר זענען פארהאן פופציג שבתים, וואס אין צוויי אדער דריי פון זיי טוט מען נישט ליינען א פרשת השבוע: שבת חול המועד סוכות און שבת חול המועד פסח, און אין חוץ לארץ אויך דער צווייטער טאג שבועות. אויסצוגלייכן דעם צאל פון די פרשיות געליינט אין שבת (53, וזאת הברכה ווערט געליינט אין שמחת תורה) מיט דעם צאל פון שבתים אין וועלכע זיי ווערן געליינט (48 אין ארץ ישראל), ווערן צאמגעשטעלט די פרשיות ויקהל-פקודי, תזריע-מצורע, אחרי-קדושים, בהר-בחוקותי, און מטות-מסעי. אין חוץ לארץ ווערט אויך צאמגעשטעלט חקת-בלק. חוץ פון דעם, ווערט אויך צאמגעשטעלט פרשת נצבים-וילך ביים ענדע פון יאר; פרשת וילך ווערט אלזא געליינט צוויי מאל אין אזא יאר, אין ערשטן שבת און אין לעצטן. אלעס אינאיינעם ווערן צאמגעשטעלט אלע פרשיות וועלכע קענען גייען צוזאמען.
פרשיות אין וועלכע מען ליינט נישט די געווענליכע הפטורה:
- פרשת מקץ - ליינט מען די הפטורה פון שבת חנוכה, "רני ושמחי"
- פרשת משפטים - ליינט מען די הפטורה פון פרשת שקלים
- פרשת תצוה - ליינט מען די הפטורה פון שבת זכור
- פרשת כי תשא - ליינט מען די הפטורה פון פרשת פרה
- פרשת ויקהל-פקודי - ליינט מען די הפטורה פון פרשת החודש
- פרשת צו - אין רוב קהילות פירט מען זיך צו ליינען די הפטורה פון שבת הגדול
- תזריע-מצורע - ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי"
- פרשת במדבר - ליינט מען די הפטורה פון ערב ראש חודש, מחר חודש
צו ליינען מער
- יוסף עופר, שכיחותן של קביעות השנה ושל ההפטרות, אין: סיני קכא, תשנ"ח, עמ' רי-רכד.
רעפערענצן
- ↑ ספר העבור, מאמר ב' שער ט'; יסוד עולם, מאמר ד' פרק י'; מפרש, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה י'; טור, אורח חיים, סימן תכ"ח.
- ↑ יעקב מתלון, "חזרה של קביעות השנה אחרי שלוש שנים: לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות", אין: יסודות הלוח העברי, הוצאת לוח, תשע"ג
קביעות פון יארן אינעם לוח | |
---|---|
|
.