ד'תש"ג
ד'תש"ג (4,703) , איז א אידיש יאר, וואס האט זיך אנגעהויבן א' תשרי, דעם אוונט פאר סעפטעמבער 15, 942 (לויט דער יוליאנישער קאלענדאר, וואס איז דאן אנגעגאנגען), און האט זיך געענדיגט כ"ט אלול, סעפטעמבער 3, 943.
דער מולד פון תשרי געפאלט דינסטאג ביינאכט, 46 מינוט און 4 חלקים נאך פיר. דער קביעות פון יאר איז דעריבער השא. עס איז נישט קיין עיבור יאר, און איז לאנג 354 טעג.
עס איז דאס זעקסטע יאר אין א שמיטה, און די 10'טע יאר אינעם 248'סטן מחזור העיבור. תקופת ניסן פון דער יאר הייבט אן די 27'סטע יאר (סימנה כזיאא) אינעם 168'סטן מחזור גדול פון דער זון.
דאס איז שנת תתע"ד צום חורבן בית המקדש, און שנת א'רנ"ד לשטרות.
געשעענישן
- רב אהרן גאון ווערט אויפגענומען אלס גאון פון ישיבת פומבדיתא
- די מאדיארן, אליאירט מיט די קיעווער רוסן, באפאלן דעם באלקאן ראיאן. דער ביזאנטישער עמפעראר ווערט געצווינגען צו צאלן א יערליכע סומע פאר שלום
- פרינץ איגאר דער ערשטער פון קיעוו פירט די קיעווער רוסן צום קאמף טיף אריין אין קאווקאז געגנט, און פארכאפן דעם באפעסטיגטן שטאט בארדא (אין היינטיגע אזערביידזשאן)
געבוירן
נפטר געווארן
- רב חנניה גאון, דער גאון פון ישיבת פומבדיתא און פאטער פון רב שרירא גאון[1]
קאלענדאר
| ►► | ד'תש"ג | ◄◄ |
| 942 - 943 |
פאָלגנד איז א אידיש - יוליאנישער קאלענדאר. אין יעדן טאג קעסטל איז פארהאן איין אדער צוויי אותיות אנצוצייכענען דעם טאג אינעם אידישן חודש, און א נומער אנצוצייכענען דעם טאג אינעם יוליאנישן מאנאט.
| יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
יאר אייגנשאפטן
- א יאר מיט קביעות הכז און 354 טעג.
- א פשוט יאר מיט איין חודש אדר.
- חשון איז חסר און כסלו איז מלא.
- די תעניתים צום גדליה, שבעה עשר בתמוז און תשעה באב געפאלן שבת און ווערן נדחה אויף צומארגנס.
רעפערענצן
- ↑ לויט ווי זיין זון שרייבט אין אגרת רב שרירא גאון. זעט משה גיל, עיונים בתולדות יהודי עראק במאה העשירית, תעודה י (ה'תשנ"ו), עמוד 143. לויט ראב"ד אין ספר הקבלה איז ער נפטר געווארן א יאר פריער.