2024
יאר אין אלגעמיינעם קאלענדאר
דער ארטיקל באהאנדלט דאס יעצטיגע יאר. די אינפארמאציע קען זיך שנעל טוישן, דעריבער קען דאס זיין בלויז טיילווייזיג, נישט פונקטליך אדער נישט דערהיינטיגט. |
2024 אין פארשידענע קאלענדארן | |
גרעגאריאנישער קאלענדאר | 2024 MMXXIV |
אידישער לוח | ה'תשפ"ד - ה'תשפ"ה |
כינעזישער קאלענדאר | 4720 – 4721 癸卯 – 甲辰 4721 איז דאס יאר פונעם דראַקאן |
עטיאפישער קאלענדאר | 2016 – 2017 |
פערסישער קאלענדאר | 1402 – 1403 |
איסלאמישער קאלענדאר | 1445 – 1446 |
2024 איז דאס 24סטע יאר אינעם 21סטן יארהונדערט. דאס איז אן עיבור יאר, וואס איז 366 טעג. יאנואר 1 2024 לויט'ן גרעגאריאנישן קאלענדאר פעדערט יאנואר 1 לויטן יוליאנישן קאלענדאר מיט 13 טעג. (אלע דאטומען דא זענען לויט'ן גרעגאריאנישן קאלענדאר).
2024 איז ערווארטעט צו זיין די גרעסטע וואל-יאר אין היסטאריע, מיט איבער זיבעציג נאציאנאלע וואלן אפגעהאלטן דורכאויס דער יאר, אריינגערעכנט אין זיבן פון די צען לענדער מיט מערסטע באפעלקערונג[1][2].
געשעענישן
יאנואר
- יאנואר 1
- עגיפטן, עטיאפיע, איראן, סאודי אראביע, און פאראייניגטע אראבישע עמיראטן שליסן זיך אן אין BRICS[3].
- די אומאנערקענטע לאנד רעפובליק פון ארצאך אין נאגארנא קאראבאך, א ארמענישע געגנט אינערהאלב אזערביידזשאן, געבט אפיציעל אויף זעלבסטשטענדיגקייט און פאראייניגט זיך מיט אזערביידזשאן.
- אן ערדציטערניש באטרעפט די מערב ברעג פון יאפאן, ווערנדיג נאכגעפאלגט מיט איבער 155 ציטערנישן אין קומענדיגן מעת לעת. ווייניגסטענס 221 מענטשן קומען אום און 1,120 פארוואונדעט (העב').
- יאנואר 2
- סאלח אל-עארורי (עב'), פון די העכסטע פירער פון כאמאס, ווערט ליקווידירט דורך א געצילטע מדינת ישראל אטאקע אין בעירוט, אינאיינעם מיט עטליכע אנדערע הויכראנגיגע מיליטאנטן (ענ').
- צוויי עראפלאנען שטויסן זיך צוזאמען אין האנעדא לופטפעלד אין טאקיא, יאפאן, אומברענגנדיג פינף און פארוואונדענדיג פופצן (ענ').
- יאנואר 3 – די איסלאמישע שטאט פירט אויס דאפלטע טעראר אויפרייסן ביי א צערעמאניע צו באצייכענען דעם פערטן יארטאג צום אומקום פון קאסם סולימאני, אין בית הקברות אין קערמאן, איראן, פון וועלכע 91 שטארבן (העב').
- יאנואר 8 – דער פרעזידענט פון עקוואדאר דערקלערט אן עמערדזשענסי סטאטוס אין לאנד, צוליב כאאס נאכפאלגנדיג די אנטלויף פון א דראג קארטעל פירער פון טורמע (ענ').
- יאנואר 11 – ראיאטן ברעכן אויס דורכאויס פאפוא ניי גינע, נאך וואס צאלונגען פאר פאליציאנטן און סאלדאטן ווערן געשניטן (ענ').
- יאנואר 12 – אן אמעריקאנער-געפירטע קאאליציע אטאקירן צילן פון חות'י רעבעלן אין תימן, נאך זייערע אנגייענדע אטאקעס אויף שיפן אין רויטן ים (העב').
- יאנואר 14 – מארגרעט די צווייטע, קעניגין פון דענמארק, טרעט אפ פון טראן צום 52'סטן יארטאג פון איר קרוינונג; קרוין-פרינץ פרעדעריק נעמט איבער אלס פרעדעריק דער 10'טער (ענ').
געשטארבן
- יאנואר 1 – ניקלאוס ווירטה (עב'), א שווייצארישער קאמפיוטער וויסנשאפטלער, שאפער פון פראגראמירן שפראכן און סאפטווער אינזשעניריע פיאנער (געבוירן 1934)
- יאנואר 2 – סאלח אל-עארורי (עב'), פון די העכסטע פירער פון כאמאס, ליקווידירט דורך א געצילטע מדינת ישראל אטאקע אין בעירוט (געבוירן 1966)
ערווארטעטע געשעענישן
- יאנואר 22 – דזשאסעף באוקעי (העב') וועט ווערן איינגעשוואוירן אלס פרעזידענט פון ליבעריע
- יאנואר 28 – פרעזידענט-וואלן אין פינלאנד (ענ')
- פעברואר 4 – אלגעמיינע וואלן אין מאלי (ענ') און אין על סאלוואדאר (ענ')
- פעברואר 7 – פרעזידענט-וואלן אין אזערביידזשאן (ענ')
- פעברואר 8 – אלגעמיינע וואלן אין פאקיסטאן (ענ')[4]
- פעברואר 14 – אלגעמיינע וואלן אין אינדאנעזיע (ענ')
- פעברואר 25 – אלגעמיינע וואלן אין סענעגאל (ענ')
- מערץ 4 – געוועזענער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דאנאלד טראמפ וועט געשטעלט ווערן פאר די פעדעראלע געריכט צוליב 4 קלאגעס (ענ')[5]
- מערץ 10 – לעגיסלאטיווע וואלן אין פארטוגאל (ענ')[6]
- מערץ 17 – פרעזידענט-וואלן אין רוסלאנד (ענ')
- מערץ 23 – פרעזידענט-וואלן אין סלאוואקיי (ענ')
- מערץ 31 – פרעזידענט-וואלן אין אוקראינע (ענ')
- אפריל 8 – גאנצע ליקוי חמה, זעבאר דורכאויס צפון אמעריקע (העב')
- מאי 5 – אלגעמיינע וואלן אין פאנאמא (ענ')
- מאי 19 – אלגעמיינע וואלן אין דאמיניקאנישע רעפובליק (ענ')
- יוני 2 – אלגעמיינע וואלן אין מעקסיקא (ענ')
- יוני 6-9 – וואלן פאר די אייראפעאישער פארלאמענט (ענ')
- יוני 9 – אלגעמיינע וואלן אין בעלגיע (ענ')
- יולי 15-16 – אלגעמיינע וואלן אין רוואנדע (ענ')
- יולי 26-אויגוסט 11 – די 33'סטע זומער אלימפיאדע וועט פארקומען אין פאריז, פראנקרייך
- אויגוסט 17 – נוסאנטארא (עב') וועט ווערן דער הויפטשטאט פון אינדאנעזיע, ערזעצנדיג דזשאקארטא[7]
- אקטאבער 13 – פארלאמענטארע וואלן אין ליטע (ענ')
- אקטאבער 27 – אלגעמיינע וואלן אין אורוגוויי (ענ')
- נאוועמבער 5 – פרעזידענט-וואלן אין די פאראייניגטע שטאטן (העב')
- דעצעמבער 7 – אלגעמיינע וואלן אין גהאנע (ענ')
- דעצעמבער 17 – לעצטער דאטום ביז ווען דער בריטישער פארלאמענט ערוועלט אין 2019 וועט ווערן אויפגעלעזט[8]
דאטום אומבאקאנט
- פרילינג – טערקיי וועט ארויפשיקן איר ערשטע דאמעסטישע און נאציאנאלע סאטעליט, אין קאאפעראציע מיט SpaceX[9].
- אפריל אדער מאי – אלגעמיינע וואלן אין אינדיע (ענ')
- מאי – פרעזידענט וואלן אין ליטע (ענ')
- צווישן מאי און אויגוסט – אלגעמיינע וואלן אין דרום אפריקע (ענ')[10]
- יוני – פרעזידענט-וואלן אין סרי לאנקא (ענ')
- הערבסט – פרעזידענט-וואלן אין מאלדאווע (ענ')
- אקטאבער – פרעזידענט וואלן אין טשאד (ענ') און אין ווענעזועלע (ענ'); פארלאמענטארע וואלן אין גרוזיע (ענ')
- נאוועמבער
- דעצעמבער – פרעזידענט-וואלן אין אלזשיר (ענ') און אין קראאטיע (ענ')
- רוסלאנד וועט ארויפשיקן ווענערא-D צו ווענוס (העב')
אנגייענד
קאלענדאר
►► | 2024 | ◄◄ |
ה'תשפ"ד - ה'תשפ"ה |
פאלגנד איז א גרעגאריאנישער – אידישער קאלענדאר, באצייכנט די אידישע ימים טובים און להבדיל די אינטערנאציאנאלע פייערטעג:
21 יד |
= טאג מיט באזונדערע באדייט | 24 טו |
= יום טוב / רוה-טאג אין דער אידישער לוח | 25 טז |
= יום טוב אין אידישער לוח וואס איז נישט אסור צו ארבעטן | 11 ב |
= אנדענק אדער פאסט טאג אין אידישער לוח | ||
צו באקומען א קורצע דעסקריפציע - שטעלט דאס מייזל איבער דעם קעסטל (פאר ציווילע דאטומען) אדער איבער די רויטע ליניע (פאר אידישע דאטומען) |
רעפערענצן
- ↑ "2024 is the biggest election year in history". The Economist. November 13, 2023. Retrieved November 19, 2023.
- ↑ "In 2024, It's Election Year in 40 Countries" (אויף en), Bloomberg (November 1, 2023).
- ↑ Sharma, Shweta (August 24, 2023). "Brics countries agree major expansion as six countries invited to join" (אויף en).
- ↑ Sadozai, Irfan; Guramani, Nadir; Bhatti, Haseeb; Momand, Abdullah (November 2, 2023). "President, ECP agree on holding elections on Feb 8". Dawn (in ענגליש). Retrieved November 2, 2023.
- ↑ Breuninger, Kevin (2023-08-28). "Trump federal election trial set for March 4, 2024". CNBC (in ענגליש). Retrieved 2023-08-28.
- ↑ Renascença (November 9, 2023). "Marcelo marca eleições para 10 de março". Rádio Renascença (in European Portuguese). Retrieved November 11, 2023.
- ↑ "Indonesia Breaks Ground on Nusantara as Jakarta Sinks", Bloomberg (2 August 2022).
- ↑ "Electoral administration bulletin" (PDF). Electoral Commission. March 22, 2023.
- ↑ "Türksat 6A". Archived from the original on January 15, 2023. Retrieved October 2, 2021.
- ↑ Khoza, Amanda (2023-10-24). "Election season kicks off but no date yet". BusinessLIVE (in ענגליש). Retrieved 2023-12-07.
The sixth National Assembly and the nine provincial legislatures' terms of office conclude in the middle of May 2024. A seventh parliament of the democratic era must be elected within 90 days of that date.