ה'תשפ"ד
יאר אין אידישן לוח
ה'תשפ"ד (5,784) און בקיצור תשפ"ד, איז א אידיש יאר, וואס האט זיך אנגעהויבן א' תשרי, דעם אוונט פאר סעפטעמבער 16, 2023, און האט זיך געענדיגט כ"ט אלול, אקטאבער 2, 2024.
דער מולד פון תשרי געפאלט פרייטאג ביינאכט, 49 מינוט נאך פינף. דער קביעות פון יאר איז דעריבער השא. עס איז אן עיבור יאר, און איז לאנג 383 טעג.
עס איז דאס צווייטע יאר אין א שמיטה, און די 8'טע יאר אינעם 305'טן מחזור העיבור. תקופת ניסן פון דער יאר הייבט אן די 16'טע יאר (סימנה יויאז) אינעם 207'טן מחזור גדול פון דער זון.
דאס איז שנת א'תתקנ"ה צום חורבן בית המקדש, און שנת ב'של"ה לשטרות.
געשעענישן
- כ"ב תשרי – כאמאס שיסט איבער 3,500 ראקעטן צו מדינת ישראל און אינפילטרירט איר דרום דיסטריקט אין א סורפּרייז אטאקע (העב'). זי פארכאפּט קורצליך קאנטראל פון צה"ל'ס 143סטע "עזה" דיוויזיע הויפטקווארטיר אין רֵעִים, אשכול ראיאן ראט, איידער די מדינת ישראל טרופן נעמען עס צוריק (ענ').
- כ"ב תשרי – מער ווי 260 קערפער ווערן געפונען אין רעים, נאכדעם וואס כאמאס האט אטאקירט א טראנס מוזיק פעסטיוואל. פרעמדע נאַציאָנאַלן זענען צווישן די גע'הרג'עטע אין די שחיטה (העב').
- כ"ב תשרי – מדינת ישראל דערקלערט קריגט קעגן די טעראר גרופעס אין עזה פאס (העב').
- כ"ב תשרי – אַן עגיפּטישער פּאָליציאַנט הרג'עט צוויי מדינת ישׂראל טוריסטן און אַן עגיפּטישער טור־פירער און פאַרוואונדעט אַ דריטן ישׂראלי אין אלעקסאנדריע, עגיפּטן. דער שיסער ווערט שפעטער ארעסטירט (העב').
ערווארטעטע געשעענישן
- כ"ט תשרי – אלגעמיינע וואלן אין ניו זילאנד
- ל' תשרי – צווייטע רונדע פון אלגעמיינע וואלן אין עקוואדאר
- ל' תשרי – פארלאמענט-וואלן אין פוילן
- ז' חשון – אלגעמיינע וואלן אין ארגענטינע
- י"ד חשון – טיילווייזע ליקוי לבנה
- ט"ז חשון – מוניציפאלע וואלן אין מדינת ישראל
- י"ט חשון – סיום מסכת קידושין אין דער דף היומי
- ט' כסלו – אלגעמיינע וואלן אין האלאנד
- ד' שבט – בערנארדא ארעוואלא (העב') וועט ווערן איינגעשוואוירן אלס פרעזידענט פון גוואטעמאלע
- י"ח שבט – פרעזידענט-וואלן אין פינלאנד
- כ"ה שבט – אלגעמיינע וואלן אין על סאלוואדאר
- ה' אדר א' – אלגעמיינע וואלן אין אינדאנעזיע
- ז' אדר ב' – פרעזידענט-וואלן אין רוסלאנד
- כ' אדר א' – סיום מסכת בבא קמא אין דער דף היומי
- ט"ו אדר ב' – ליקוי לבנה
- כ"ט אדר ב' – גאנצע ליקוי חמה
- כ"ז ניסן – אלגעמיינע וואלן אין פאנאמא
- י"א אייר – אלגעמיינע וואלן אין דאמיניקאנישע רעפובליק
- כ"ה אייר – אלגעמיינע וואלן אין מעקסיקא
- כ"ט אייר – וואלן פאר די אייראפעאישער פארלאמענט וועלן זיך אנהייבן
- כ' סיון – סיום מסכת בבא מציעא אין דער דף היומי
- כ' תמוז-ז' אב – די 33'סטע זומער אלימפיאדע וועט פארקומען אין פאריז, פראנקרייך
- י"ג אב – נוסאנטארא (עב') וועט ווערן דער הויפטשטאט פון אינדאנעזיע, ערזעצנדיג דזשאקארטא[1]
דאטום אומבאקאנט
קאלענדאר
| ►► | ה'תשפ"ד | ◄◄ |
| 2023 - 2024 |
פאָלגנד איז א אידיש - גרעגאריאנישער קאלענדאר. אין יעדן טאג קעסטל איז פארהאן איין אדער צוויי אותיות אנצוצייכענען דעם טאג אינעם אידישן חודש, און א נומער אנצוצייכענען דעם טאג אינעם גרעגאריאנישן מאנאט.
| יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
יאר אייגנשאפטן
- א יאר מיט קביעות זחג און 383 טעג.
- אן עיבור יאר מיט צוויי אדרים.
- חשון און כסלו זענען ביידע חָסר, מיט 29 טעג.
- י"ג אדר ב' געפאלט שבת, דערפאר איז מען מקדים תענית אסתר צו דאנערשטאג י"א אדר ב'.
רעפערענצן
- ↑ Faris Mokhtar; Rieka Rahadiana (2 August 2022). "Indonesia Breaks Ground on Nusantara as Jakarta Sinks". Bloomberg.
- ↑ "Türksat 6A". Archived from the original on January 15, 2023. Retrieved October 2, 2021.
- ↑ הווה אויפן זייטל פונעם פראיעקט.