אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרשת וישלח"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (שווערמער האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:פרשת וישלח צו פרשת וישלח אן לאזן א ווייטערפירונג)
ק (הגהה)
שורה 1: שורה 1:
{{דרעפט}}
<!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה -->
{{דעסקריפציע|אכטע פרשה פון ספר בראשית}}
{{דעסקריפציע|אכטע פרשה פון ספר בראשית}}
{{פרשת שבוע
{{פרשת שבוע
שורה 28: שורה 26:
די פרשה זעצט פאָר פון סוף [[פרשת ויצא]] די שילדערונג פון יעקב'ס רייזע אהיים פון לבן אין [[חרן]] קיין [[ארץ כנען]]:
די פרשה זעצט פאָר פון סוף [[פרשת ויצא]] די שילדערונג פון יעקב'ס רייזע אהיים פון לבן אין [[חרן]] קיין [[ארץ כנען]]:
===באגעגעניש פון יעקב און עשו===
===באגעגעניש פון יעקב און עשו===
יעקב האט געשיקט מלאכים צו זיין ברודער עשו זיי זאלן פרובירן אים צו אפווייכן פון זיין פיינטשאפט צו אים. די מלאכים האבן זיך צוריקגעקערט צו יעקב, פארציילנדיג אז עשו קומט אים אנטקעגן מיט 400 מענטשן. רש"י ברענגט ארויס{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|לב|ט|אן=ספר|מפרש=רש"י}}, לויט [[s:מדרש_תנחומא_הקדום/כרך_א/בראשית_לב_ד|מדרש תנחומא הישן, לב, ד]].}}, אז יעקב האט זיך געגרייט צו אנטפאנגען עשו מיט "{{טערמין|דוֹרוֹן|געשאנקען}}, [[תפלה]] און [[מלחמה]]"; יעקב האט צעטיילט זיינע באגלייטער אין צוויי לאגערן, אז אויב עשיו פאלט איבער איינס זאל דער צווייטער קענען אנטלויפן. יעקב האט זיך געשטעלט בעטן ביים אויבערשטן ער זאל אים ראטעווען פון די הענט פון עשו: {{ציטוטון|הַצִּילֵנִי נָא מִיַּד אָחִי מִיַּד עֵשָׂו}}, און דערמאנט די הבטחה פון גאט אז ער וועט אים פארמערן. יעקב האט געשיקט מיט זיינע קנעכט געשאנקען וועלכע זיי זאלן צעביסלעכווייז איבערגעבן פאר עשו, און אים דערמיט געהאפט איבערצצובעטן.
יעקב האט געשיקט מלאכים צו זיין ברודער עשו זיי זאלן פרובירן אים צו אפווייכן פון זיין פיינטשאפט צו אים. די מלאכים האבן זיך צוריקגעקערט צו יעקב, פארציילנדיג אז עשו קומט אים אנטקעגן מיט 400 מענטשן. רש"י ברענגט ארויס{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|לב|ט|אן=ספר|מפרש=רש"י}}, לויט [[s:מדרש_תנחומא_הקדום/כרך_א/בראשית_לב_ד|מדרש תנחומא הישן, לב, ד]].}}, אז יעקב האט זיך געגרייט צו אנטפאנגען עשו מיט "{{טערמין|דוֹרוֹן|געשאנקען}}, [[תפלה]] און [[מלחמה]]"; יעקב האט צעטיילט זיינע באגלייטער אין צוויי לאגערן, אז אויב עשו פאלט איבער איינס זאל דער צווייטער קענען אנטלויפן. יעקב האט זיך געשטעלט בעטן ביים אויבערשטן ער זאל אים ראטעווען פון די הענט פון עשו: {{ציטוטון|הַצִּילֵנִי נָא מִיַּד אָחִי מִיַּד עֵשָׂו}}, און דערמאנט די הבטחה פון גאט אז ער וועט אים פארמערן. יעקב האט געשיקט מיט זיינע קנעכט געשאנקען וועלכע זיי זאלן צעביסלעכווייז איבערגעבן פאר עשו, און געהאפט דערמיט אים איבערצובעטן.


ביינאכט איז יעקב אריבער מיט זיין פאמיליע דעם טייך [[נחל יבק|יַבֹּק]], ווען יעקב איז געבליבן אליין און אנגעטראפן א מלאך - דער שר פון עשו, וועלכע האט זיך געאמפערט מיט אים. ווען דער מלאך האט אים נישט געקענט בייקומען, האט ער אפגערוקט אן [[אדער]] פון יעקב'ס דיכט - דער [[גיד הנשה]], צוליב וועלכע עס איז גע'אסר'ט געווארן פאר אידן דאס צו עסן. ביים [[עלות השחר]] האט דער מלאך געבעטן יעקב אים פריי צו לאזן, אבער יעקב האט פארלאנגט דערפאר א ברכה, און דער מלאך האט אים געלאזט וויסן אז זיין נאמען וועט זיין "ישראל" אנשטאט יעקב. יעקב האט אנגערופן דאס פלאץ "[[פניאל|פְּנִיאֵל]]"{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|לב|ד|לג|אן=ספר}}.}}.
ביינאכט איז יעקב אריבער מיט זיין פאמיליע דעם טייך [[נחל יבק|יַבֹּק]], ווען יעקב איז געבליבן אליין און אנגעטראפן א מלאך - דער שר פון עשו, וועלכע האט זיך געאמפערט מיט אים. ווען דער מלאך האט אים נישט געקענט בייקומען, האט ער אפגערוקט אן [[אדער]] פון יעקב'ס דיכט - דער [[גיד הנשה]], צוליב וועלכע עס איז גע'אסר'ט געווארן פאר אידן דאס צו עסן. ביים [[עלות השחר]] האט דער מלאך געבעטן יעקב אים פריי צו לאזן, אבער יעקב האט פארלאנגט דערפאר א ברכה, און דער מלאך האט אים געלאזט וויסן אז זיין נאמען וועט זיין "ישראל" אנשטאט יעקב. יעקב האט אנגערופן דאס פלאץ "[[פניאל|פְּנִיאֵל]]"{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|לב|ד|לג|אן=ספר}}.}}.


יעקב האט באגעגנט עשו, און אים קעגן געגאנגען זיך בוקנדיג זיבן מאל, און עשו האט אים ארומגעהאלזט און געקושט. יעקב האט פארגעשטעלט זיינע ווייבער און קינדער, וועלכע האבן זיך געביקט צו עשו. עשו האט זיך געוואנדערט איבער די שלוחים מיט די מתנות וואס ער האט אנגעטראפן, און יעקב האט אים געזאגט אז דאס איז פאר אים א מתנה, און נאכ'ן זיך איינבעטן איז עשו איינגעגאנגען זיי צו נעמען. עשו האט געוואלט גיין אינאיינעם מיט יעקב, אבער יעקב האט אפגעזאגט, און געבעטן ער זאל גיין זיין וועג, און ער וועט אים נאכקומען צושטאטעלעך מיט זיינע קינדער און שאף. עשו האט געוואלט איבערלאזן כאטש פון טייל פון זיינע מענטשן מיט יעקב, אבער אויך דאס האט יעקב אפגעזאגט. עשו איז געגאנגען צוריק קיין [[הר שעיר|שעיר]] און יעקב האט זיך געצויגן קיין [[סוכות (עבר הירדן)|סוכות]], און עווענטועל זיך באזעצט אין [[שכם]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|לג|לאנג=יא|אן=ספר}}.}}.
יעקב האט באגעגנט עשו, און אים קעגן געגאנגען זיך בוקנדיג זיבן מאל, און עשו האט אים ארומגעהאלזט און געקושט. יעקב האט פארגעשטעלט זיינע ווייבער און קינדער, וועלכע האבן זיך געביקט צו עשו. עשו האט זיך געוואונדערט איבער די שלוחים מיט די מתנות וואס ער האט אנגעטראפן, און יעקב האט אים געזאגט אז דאס איז פאר אים א מתנה, און נאכ'ן זיך איינבעטן איז עשו איינגעגאנגען זיי צו נעמען. עשו האט געוואלט גיין אינאיינעם מיט יעקב, אבער יעקב האט אפגעזאגט, און געבעטן ער זאל גיין זיין וועג, און ער וועט אים נאכקומען צושטאטעלעך מיט זיינע קינדער און שאף. עשו האט געוואלט איבערלאזן כאטש פון טייל פון זיינע מענטשן מיט יעקב, אבער אויך דאס האט יעקב אפגעזאגט. עשו איז געגאנגען צוריק קיין [[הר שעיר|שעיר]] און יעקב האט זיך געצויגן קיין [[סוכות (עבר הירדן)|סוכות]], און עווענטועל זיך באזעצט אין [[שכם]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|לג|לאנג=יא|אן=ספר}}.}}.


===שכם און דינה===
===שכם און דינה===

רעוויזיע פון 05:38, 21 נאוועמבער 2023

Arrow r.svg וישלח Arrow l.svg
פסוקים בראשית לב, ד - לו, מג
צאל פסוקים 153 (4'טע - אייניג מיט פרשת נח)
צאל ווערטער 1976 (6'טע)
צאל אותיות 7,458 (6'טע)
אינהאלט די באגעגעניש פון יעקב און עשו, די געשיכטע פון שכם מיט דינה און דאן די געשיכטע פון שמעון און לוי, רחל'ס פטירה, יצחק'ס פטירה
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (0)  לא תעשה (1)
גיד הנשה
הפטורה
ספרדים, תימנים, איטאליענער און רוב אשכנזים עובדיה א, א–כא
טייל אשכנזים הושע יא, ז - יב, יב אדער ביז יג, ד
קבר רחל, צירקע 1900

פרשת וַיִּשְׁלַח איז די אכטע פרשה פון ספר בראשית. די פרשה גייט פון קאַפּיטל ל"ב, פסוק ד', ביז קאַפּיטל ל"ו, פסוק מ"ג, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען. די 154 פסוקים זענען איינגעטיילט אין 9 פרשיות, זעקס פתוחות און דריי סתומות.

די פרשה הייסט "וישלח" אויף די ערשטע ווארט אין די פרשה: ”וַיִּשְׁלַח יַעֲקֹב מַלְאָכִים לְפָנָיו אֶל-עֵשָׂו אָחִיו, אַרְצָה שֵׂעִיר שְׂדֵה אֱדוֹם”. די פרשה דעקט א תקופה פון 23 יאר, פון יעקב'ס באגעגעניש מיט עשו ביים פארלאזן חרן קיין ארץ כנען, ביז די פטירה פון יצחק. אין די פרשה ווערט געשילדערט די באגעגעניש; די געשיכטע ווי שכם האט פארשוועכט דינה און די נאכפאלגנדע נקמה פון שמעון און לוי; רחל'ס פטירה און קבורה ביים געבורט פון בנימין; יצחק'ס פטירה און קבורה.

פרשת וישלח ווערט געליינט צווישן י"ג און כ"ט כסלו.

פרשה אינהאלט

די פרשה זעצט פאָר פון סוף פרשת ויצא די שילדערונג פון יעקב'ס רייזע אהיים פון לבן אין חרן קיין ארץ כנען:

באגעגעניש פון יעקב און עשו

יעקב האט געשיקט מלאכים צו זיין ברודער עשו זיי זאלן פרובירן אים צו אפווייכן פון זיין פיינטשאפט צו אים. די מלאכים האבן זיך צוריקגעקערט צו יעקב, פארציילנדיג אז עשו קומט אים אנטקעגן מיט 400 מענטשן. רש"י ברענגט ארויס[1], אז יעקב האט זיך געגרייט צו אנטפאנגען עשו מיט "דוֹרוֹן, תפלה און מלחמה"; יעקב האט צעטיילט זיינע באגלייטער אין צוויי לאגערן, אז אויב עשו פאלט איבער איינס זאל דער צווייטער קענען אנטלויפן. יעקב האט זיך געשטעלט בעטן ביים אויבערשטן ער זאל אים ראטעווען פון די הענט פון עשו: ”הַצִּילֵנִי נָא מִיַּד אָחִי מִיַּד עֵשָׂו”, און דערמאנט די הבטחה פון גאט אז ער וועט אים פארמערן. יעקב האט געשיקט מיט זיינע קנעכט געשאנקען וועלכע זיי זאלן צעביסלעכווייז איבערגעבן פאר עשו, און געהאפט דערמיט אים איבערצובעטן.

ביינאכט איז יעקב אריבער מיט זיין פאמיליע דעם טייך יַבֹּק, ווען יעקב איז געבליבן אליין און אנגעטראפן א מלאך - דער שר פון עשו, וועלכע האט זיך געאמפערט מיט אים. ווען דער מלאך האט אים נישט געקענט בייקומען, האט ער אפגערוקט אן אדער פון יעקב'ס דיכט - דער גיד הנשה, צוליב וועלכע עס איז גע'אסר'ט געווארן פאר אידן דאס צו עסן. ביים עלות השחר האט דער מלאך געבעטן יעקב אים פריי צו לאזן, אבער יעקב האט פארלאנגט דערפאר א ברכה, און דער מלאך האט אים געלאזט וויסן אז זיין נאמען וועט זיין "ישראל" אנשטאט יעקב. יעקב האט אנגערופן דאס פלאץ "פְּנִיאֵל"[2].

יעקב האט באגעגנט עשו, און אים קעגן געגאנגען זיך בוקנדיג זיבן מאל, און עשו האט אים ארומגעהאלזט און געקושט. יעקב האט פארגעשטעלט זיינע ווייבער און קינדער, וועלכע האבן זיך געביקט צו עשו. עשו האט זיך געוואונדערט איבער די שלוחים מיט די מתנות וואס ער האט אנגעטראפן, און יעקב האט אים געזאגט אז דאס איז פאר אים א מתנה, און נאכ'ן זיך איינבעטן איז עשו איינגעגאנגען זיי צו נעמען. עשו האט געוואלט גיין אינאיינעם מיט יעקב, אבער יעקב האט אפגעזאגט, און געבעטן ער זאל גיין זיין וועג, און ער וועט אים נאכקומען צושטאטעלעך מיט זיינע קינדער און שאף. עשו האט געוואלט איבערלאזן כאטש פון טייל פון זיינע מענטשן מיט יעקב, אבער אויך דאס האט יעקב אפגעזאגט. עשו איז געגאנגען צוריק קיין שעיר און יעקב האט זיך געצויגן קיין סוכות, און עווענטועל זיך באזעצט אין שכם[3].

שכם און דינה

דינה איז ארויסגעגאנען אין שטאט, און פארכאפט און באצווינגען געווארן דורך שכם בן חמור. חמור, דער ארטיגער פירער, מיט זיין זון שכם זענען געקומען רעדן מיט יעקב און זיינע זין איבער געבן דינה פאר שכם פאר א ווייב, און זיי זאלן זיך משדך זיין איינער מיט'ן צווייטן. יעקב'ס זין האבן כיטרערהייט געענטפערט אז זיי קענען זיך נישט משדך זיין מיט אומגע'מל'טע מענטשן, און נאר נאכדעם וואס זיי וועלן זיך מל'ן, וועלן זיי זיך משדך זיין און זיך באזעצן אינאיינעם מיט זיי. חמור און שכם האבן איבערגערעדט די איינוואוינער און שטאט זיך צו מל'ן, ווען צום דריטן טאג, ווען די ווייטאגן פון מילה זענען שטארק, זענען שמעון און לוי ארויס מיט זייערע שווערדן און אויסגע'הרג'עט אלע מענער, אויסגעפלינדערט די שטאט, און ארויסגעראטעוועט דינה. נאך די מעשה האט יעקב שארף אויסגע'מוסר'ט שמעון און לוי אויף וואס זיי האבן אפגעטון[4].

נסיעה קיין בית אל

גאט האט באפוילן יעקב זיך צוריקצוקערן קיין בית אל און מקיים זיין די נדר צו מאכן דאס פלאץ א "בית אלוקים" ווען ער קערט זיך אום אהיים בשלום[5]. יעקב האט אויפגעפאדערט זיין הויזגעזונד צו פטור ווערן פון אלע כלי עבודה זרה, און זיי האבן דאס באהאלטן אונטער א בוים. יעקב איז אנגעקומען קיין בית אל און געבויט דארט א מזבח. טראץ וואס זיי האבן אפגעטון אין שכם, האבן די איינוואוינער אין די ארומיגע שטעט האבן מורא געהאט, און זיי נישט געטשעפעט. דארט אין בית אל איז דבורה רבקה'ס זייגערין נפטר געווארן. גאט האט זיך ווידער באוויזן צו יעקב און געטוישט זיין נאמען צו ישראל, און צוגעזאגט אז ער וועט זיך מערן און באקומען דאס לאנד, און יעקב האט געשטעלט א מצבה און געגאסן דערויף אויל[6].

יעקב האט זיך אוועקגעצויגן פון בית אל אויפ'ן וועג קיין אפרת, ווען אונטערוועגנס האט רחל זיך געמוטשעט מיט א געבורט ביים געבוירן בנימין, און זי איז דערפון אוועק. מ'האט איר באגראבן דארט אויפ'ן וועג אין בית לחם, און יעקב האט געשטעלט אויף איר קבר א מצבה[7].

יעקב האט זיך פון דארט געצויגן קיין מגדל עדר, וואו עס האט פאסירט די געשיכטע מיט ראובן און בלהה, וואס די תורה זאגט אז ראובן האט געוואוינט מיט בלהה, און חז"ל[8] ערקלערן אז ער האט פארטוישט די בעט פון בלהה מיט די פון זיין מאמע לאה, וואס די תורה רעכנט עס אזוי הארב ווי ער האט געזאלט האבן געוואוינט מיט איר[9].

יעקב איז אנגעקומען קיין חברון צו זיין טאטע יצחק, און דאן ווערט געשילדערט אין די תורה די פטירה פון יצחק אין עלטער פון 180 יאר, און זיין קבורה דורך זיינע זין, יעקב און עשו[10]. יצחק איז פאקטיש אוועק 12 יאר נאך מכירת יוסף וואס ווערט געשילדערט אין פרשת וישב[11].

אין קאַפּיטל ל"ו ווערן דעטאלירט אויסגערעכנט די דינאסטיעס פון עשו, פון שעיר החרי און א ליסטע פון אכט קעניגן פון מלכות אדום.

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[12] איז פארהאן איין מצוה אין דער פרשה:

מצוה מקור אקטועל היינטיגע צייטן באפוילענע
נישט עסן גיד הנשה עַל כֵּן לֹא יֹאכְלוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶת גִּיד הַנָּשֶׁה[13] יא יעדער

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין זעקס אנדערע דאטומען:

הפטורה

אין רוב קהילות ליינט מען די הפטורה גאנץ ספר עובדיה, קאַפּיטל א', פסוקים א'–כ"א. אין די הפטורה ווערט געשילדערט די נבואה פון עובדיה איבער די חורבן פון אדום, און איבער די ענדגילטיגע נצחון פון יעקב איבער עשו: ”וְהָיָה בֵית יַעֲקֹב אֵשׁ וּבֵית יוֹסֵף לֶהָבָה וּבֵית עֵשָׂו לְקַשׁ, וְדָלְקוּ בָהֶם וַאֲכָלוּם וְלֹא יִהְיֶה שָׂרִיד לְבֵית עֵשָׂו כִּי ה' דִּבֵּר”. טייל אשכנזים ליינען אין ספר הושע, קאַפּיטל י"א, פסוק ז' - יב, יב, די הפטורה וואס די ספרדים ליינען אום פרשת ויצא, ווען טייל ענדיגן ביי יג, ד[14]. אין די הפטורה אין הושע ווערט צווישן אנדערע געשילדערט די געשלעג צווישן יעקב און די מלאך: ”וָיָּשַׂר אֶל מַלְאָךְ וַיֻּכָל”. אין סקווירא ליינט מען ביידע, סיי עובדיה און סיי הושע[15][16].

פרשת הגלות

אין מדרש ווערט דעציילט, אז רבי יהודה הנשיא פלעגט אריינקוקן אין די פרשה איידער'ן גיין צום קעניגרייך, און פונקט ווי יעקב זיך נישט געלאזט באגלייטן דורך א גוי. אמאל האט זיך יא געמאכט אז א גוי האט אים באגלייט און נאך איידער'ן אנקומען ביז עכו איז ער געווארן באצווינגען צו פארקויפן זיין פערד[17]. רבי האט געהאט בקבלה אז די פרשה איז די "פרשת הגלות" וואס די קומענדיגע דורות זאלן נאכטון[18]. דער רמב"ן[19], רבי יהושע אבן שועיב[20], און דער של"ה הק'[21] ברענגען ארויס, אז דער פרשה קומט לערנען די קומענדיגע דורות אין וויאזוי זיך צו פירן, און וויאזוי צו טון השתדלות אין גלות.

דער מהרי"ל פלעגט אנזאגן די פרנסים צו ליינען דעם פרשה (ביז לג, יט) ביים זיך שטעלן צו די באאמטע, אזויווי רבינו הקדוש האט געטון[22]. עס וועט געברענגט פון פיל מקורות מען זאל זאגן די פרשה יעדע מוצאי שבת, ספעציעל אזעלכע וואס פארן ארויס אין וועג דורכאויס די וואך, וויבאלד עס איז מסוגל פאר אלעם גוטן[23]. דער באר היטב זאגט אבער מען זאל נישט ליינען פסוקים ביינאכט, נאר אויב פארט מען יענע וואך אין וועג[24].

צו ליינען מער

דרויסנדע לינקס

טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת וישלח", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

רעפערענצן

  1. רש"י, לב, ט, לויט מדרש תנחומא הישן, לב, ד.
  2. לב, ד–לג.
  3. קאַפּיטל ל"ג.
  4. קאַפּיטל ל"ד.
  5. כח, כב.
  6. לה, א–טו.
  7. לה, טז–כ.
  8. שבת נה, ב.
  9. לה, כא–כב.
  10. לה, כג–כט.
  11. רש"י, לה, כט: "אין מוקדם ומאוחר בתורה".
  12. ספר החינוך, מצוה ג'.
  13. לב, לג.
  14. לויט רבי אברהם דאנציג, חיי אדם, כלל קי"ח, סעיף י"ז; און משנה ברורה, סימן תכ"ח, סעיף קטן כ"ב.
  15. זעט: "ילקוט שו"ת בעניני הלכה ומנהג" חלק ד', מדור אפטרתא דיומא, דף ר"צ.
  16. הפטרת וישלח אויפ'ן על התורה זייטל. עס ווערן געברענגט דארט נאך וואריאציעס.
  17. בראשית רבה, פרשה ע"ח, פסקה ט"ו
  18. רמב"ן, בראשית לג, טו. לויט די גירסא אין רמב"ן זאט זיך די געשיכטע אפגעשפילט מיט רבי ינאי, און ער האט אים געדארפט פארקויפן זיין העמד.
  19. רמב"ן, לב, ד.
  20. "פרשת וישלח", דרשות על התורה.
  21. שני לוחות הברית, תורה אור - פרשת וישלח, טעקסט אויף ספריא וועבזייטל
  22. "ליקטים - כ"ג", ספר מהרי"ל.
  23. קיצור של"ה, דיני מוצאי שבת; ילקוט מעם לועז, פרשת וישלח
  24. אורח חיים, סימן רצ"ט, סקי"ד.