רוי:חרן
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
חָרָן (אכדיש: Harrāni, "קאראוואן סטאנציע"). איז אַן אור־אלטער שטאט אין פדן ארם וואו תרח און זיין פאמיליע האבן זיך באזעצט ארויסגייענדיג פון אור כשדים אויפ'ן וועג קיין כנען, און אין איר איז תרח געשטארבן.
נאמען און לאקאציע
חרן געפינט זיך ארום 10 מייל צפון פון דער סירישער גרעניץ, ביי די צוזאמפלוס פון די וואַדיס וועלכע אין ווינטער קומען אריין צום באַליך טייך פונקט אונטער איר מקור. עס איז סטראטעגיש לאָקירט אומגעפער ביי האלב וועג צווישן גוזאַנאַ (גּוֹזָן[1]) און קאַרקעמיש אויף די מזרח-מערב וועג וואס פארבינדט די חידקל און די מיטלענדישער ים, גענוי ביי די פּונקט וואו די צפון-דרום מאַרשרוט לענגאויס די באליך פארבינדט די פרת צו אנאטאליע. עס איז דערמיט די טראדיציאנעלן שיידוועג פון די הויפּט רוטן פון מעסאָפּאָטאַמיע צו די מערב און די צפון-מערב[2], און זיין נאמען אין אכאדיש (און שומעריש) דייט דאס אָן. דער תורה'דיגער נאמען פַּדַּן אֲרָם[3], "דער אראמישער שאסיי", שיינט צו אידענטיפיצירן די זעלבע פּלאץ דורך א סינאנים וואס שפּיגלט אפּ זיין שפּעטערער ראלע אלס א צענטער פון אראמישער באזעצונג.
אין די תורה
אין ספר בראשית ווערט געשילדערט אז תרח אינאיינעם מיט זיינע זין אברהם אבינו און נחור און זיין אייניקל לוט זענען ארויס פון אוּר כַּשְׂדִּים מיט'ן ציל צו גיין קיין ארץ כנען, אבער תרח און נחור האבן זיך אפגעשטעלט אינמיטן וועג און זענען געבליבן אין חרן וואו תרח איז שפּעטער געשטארבן[4]. אברהם און זיין פלומעניק לוט האבן אבער ווייטער געוואנדערט קיין ארץ כנען.
אברהם האט געזען אין חרן זיין לאנד און געבורטס־ארט, און אהין האט ער געשיקט זיין קנעכט אליעזר צו זוכן א ווייב פאר זיין זון יצחק[5]. דארט האט אויך יעקב געהייראט זיינע ווייבער לאה און רחל, טעכטער פון לבן, אייניקל פון נחור. קיין חרן איז יעקב אנטלאפן פון עשו זיין ברודער און דארט זענען געבוירן צו יעקב עלף פון זיינע צוועלף קינדער וואס זענען געווען די שבטי ישראל.
אין שטאט חרן האבן געוואוינט ארמים, ווי עס שטייט אין די תורה: וַיְהִי יִצְחָק, בֶּן-אַרְבָּעִים שָׁנָה, בְּקַחְתּוֹ אֶת-רִבְקָה בַּת-בְּתוּאֵל הָאֲרַמִּי, מִפַּדַּן אֲרָם, אֲחוֹת לָבָן הָאֲרַמִּי, לוֹ לְאִשָּׁה (בראשית כה, כ). און די חתישע שפראך איז פדן (pēdan) טייטש א 'פלאץ', און פדן-ארם מיינט פילייכט פלאץ-ארם, דאס הייסט די וואוינארט פון די ארמים.
אין יחזקאל כז ווערט חרן דערמאַנט צווישן די גרויסע האַנדלסשטעט.
פארהאן וואס אידענטיפיצירן חרן אלס חורן נעבן רמת הגולן וואס ווערט ארויסגעזאגט חַוְרָן און ערקלערן די צעמישעניש פון די פאנאלאגישע ענליכקייט צווישן די נעמען[אויסקלארונג פארלאנגט].
היסטאריע
אין די צייטן פון די אבות
שריפטליכע מקורות דערמאנען צום ערשטן מאל חרן אין אן אלטע בבלישער רייזע אלס א וויכטיגער שיידוועג און אין א בריוו געוואנדן צו יאסמאה-אדו (= אדאד), דעם אשורישער משנה למלך אין מאַרי (צירקע 1790 בעפצ"ר). נאך א בריוו צייגט, אז חרן איז געווען א וויכטיגער צענטער פון די האלב-נומאדישע "בני ימין". דער בריוו מאכט אויפמערקזאם דעם קעניג פון מארי אויף דעם אויספיר פון א פארמאלער בונד צווישן אסדי-תאקים, וועלכער איז דעמאלט געווען קעניג פון חרן, און די (אנדערע) מלכים פון זאלמאקום פון איין זייט, און די שעיכן און זקנים פון די "בני ימין" פון דער צווייטער זייט. דעם בונד איז געווארן געשלאסן אין דעם טעמפּל פון די לבנה-געטשקע סין אין חרן. דאס לאנד זאלמאקום איז געווארן דער אביעקט פון א פארלענגערטן קאמפיין פון שאמשי-אדו (= שמשי-אדאד) דער ערשטער פון אשור (צירקע 1815—1782 בעפצ"ר) און איז מסתמא געווארן אונטערטעניג צו אים אינאיינעם מיט חרן.
מיט זיין טויט איז אבער די אלטע אשורישע אימפעריע זיך צעפאלן און חרן איז אזוי געווען, משמעות, אַן אומאפּהענגיגע פירשטנטום גענוי אין דער צייט ווען, ווארשיינליך, די תורה שפּיגלט אָפּ דאס אויפהאלטונג פון די תרח פאמיליע אין דער געגנט[6]. די מיגראציע פון די תרח-פאמיליע פארלויפט פאראלעל צו דעם וואס איז געווען די באוועגונג פון דער לבנה קולט פון אוּר צו חרן, און די פערזענליכע נעמען פון די תרח פאמיליע מיטגלידער שפּיגלען אפ די געאגראפישע נעמען פון די חרן געגנט. ספּעציפיש שְׂרוּג, דער זיידע פון תרח, קען ווערן פארגליכן מיט די שטאט סאַרוגי (דעם היינטיגן Seruç)[7], עטליכע 35 מייל מערב פון חרן, און נחור, זיין פאטער (און צווייטער זון) מיט די שטאט פון נחור, וועלכע ליגט מסתמא אויף די אויבער-חבור טייך גראָד מזרח פון חרן. תרח'ס אייגענע נאמען איז אידענטיפיצירט געווארן מיט טיל (-שא)-תוראחי אויפן באליך דרום פון חרן און זיין דריטער זון, חרן, דערמאנט דעם נאמען פון דער שטאט, הגם די צוויי נעמען זענען אויסגעשריבן אנדערש אין לשון-קודש.
אלנפאלס דאקומענטירן די מאַרי בריוו א פּאליטישן, געזעלשאפטליכן, און עקאנאמישן צושטאנד אין די לאַטיטוד פון חרן וואס מאכט לגמרי גלויבליך די באזעצונג דארט פון מינימום פינף דורות פון פּאסטעכער פון די תרח פאמיליע. אויסערדעם האט אלברייט פארגעשלאגן, אז זיי האבן אויסגענוצט די סטראטעגישע פאזיציע פון חרן זיך צו פארנעמען מיט א ווייטן האנדל, באזירט אויף אייזל קאראוואנען, אין פארבינדונג מיט אברהם און לוט, דער זון פון זיין ברודער נחור, וואס, ווי ער זאגט, איז געפארן ווייטער קיין דמשק, כנען און סיני.
אין אלף השלישי
חרן ווערט נישט דערמאנט אין די קוניפאָרם שריפטן פון די מיטאַנישע צייט. אבער עס האט מסתמא באלאנגט צו יענעם חורישן שטאַט און איז איינגענומען געווארן דורך די חתים צוזאמען מיט אנדערע מיטאַנישע צענטערן. ערשט אינעם 15טן יארהונדערט איז ווידער געהערט געווארן פון עס.
מאטיוואזא, איידעם פון שופּילוליומא, האט באזיגט די לאַדזשיטאַמאַט מיטאַניאַן הערשער, Shuttarna III, מיט די הילף פון Shuppiluliuma ס זון Piyashilli פון קאַרטשעמיש און איצט האט צו אָפּגעבן האַראַן און זיין אנדערע קאַנקוועסץ מערב פון די האַבאָר טייך צו די יענער.
צווישן די 16'טע יארהונדערט בצ"ר ביז די 13'טע יארהונדערט בצ"ר האט געוועלטיגט אין שטאט די מִיתָנִי קעניגרייך און זי איז געווען די צענטראלע און וויכטיגסטע שטאט אין צפון מעסאפאטאמיא (זעט אויך ארם נהריים). אין די תקופה האבן געוואוינט אין חרן די מערב שעמיים פעלקער. פונקט ווי אור, איז אויך חרן געווען אין די תקופה א גרויסע רעליגיעזע צענטער, און אין איר איז פארגעקומען א קולטור פון דינען די לבנה. זי איז אויך געווען באקאנט ווי א שטאט פון האנדל ביי די וועג פון די הענדלער נינוה-חרן-כרכמיש-חאלעב-דמשק-כנען.
ארום יאר 1270 בעפ"צ איז די שטאט אקופירט געווארן דורך שלמנאסר דער ערשטער קעניג פון אשור. ביי די תקופה ווען די אשור קעניגרייך האט אנגעהויבן אונטערצוגיין איז די שטאט קאנטראלירט געווארן דורך די אֲרָמִים, און מיטן זיך פארשטארקן פון זייער קעניגרייך זענען די אַשׁוּרִים צוריקגעקומען און עס צוריק איינגענומען. אין יאר 612 בעפ"צ, האט דער לעצטער אשורישער קעניג אשור-אובליט דער צווייטער אריבערגעפירט זיין הויפטשטאט קיין חרן, און דאס, נאך וואס די פריערדיגע הויפטשטאט נינוה איז אקופירט געווארן דורך די בבלים. נאכן פאלן פון די אשורישע קעניגרייך איז די שטאט געווען אונטער די רעגירונג פון בבל, און מיטן פאלן פון בבל ביים זעקסטן יארהונדערט בעפארן ציילן איז די שטאט אריבער צו די מַדִיישע און כַּשְׂדִישע רעגירונג.
אינעם אומגעגנט פון חרן איז פארבליבן אן אנדענק צו די תקופת המקרא מיט די נעמען פון די שטעט: תל תרח, תל נחר, שרג. אין תל נחר איז געשטאנען, ווי עס שיינט, די שטאט פון נחור, און אין תל תרח איז געבליבן אן אנדענק צו די פאמיליע פון תרח, וואס ווי עס ווייזט אויס איז זי געווען פון די באוואוסטע פאמיליעס אין יענעם געגנט. לויט בבלישע צייכענונגען פון די תקופת האבות קוקט אויס, אז אן אנגעזענע וועג האט געפירט פון דרום מעסאפאטאמיא, ארום אור כשדים, ביז חרן, און פון איר דורך כרכמיש און חאלעב קיין דמשק און חצור וואס איז אין ארץ כנען.
דרויסנדיגע לינקס
- מידיע און בילדער איבער חרן אויף וויקיקאמאנס
- אפיציעלע וועבזייטל פון חרן
- די ארטיקל "חרן" פון האנציקלופדיה היהודית - דעת-מכללת הרצוג
רעפערענצן
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער