אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ה'תשפ"ד"
(פארברייטערט) |
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:ה'תשפ"ד צו ה'תשפ"ד אן לאזן א ווייטערפירונג) |
רעוויזיע פון 11:36, 25 אויגוסט 2023
ה'תשפ"ד (5,784) און בקיצור תשפ"ד – איז א אידיש יאר, וואס האט זיך אָנגעהויבן א' תשרי, דעם אוונט בעפאר סעפטעמבער 16, 2023, און האט זיך פאַרענדיגט כ"ט אלול, אקטאבער 2, 2024.
דער מולד פון תשרי געפאלט פרייטאג, 11 שעות און 882 חלקים. דער קביעות פון יאר איז דעריבער זחג. עס איז אן עיבור יאר, און איז לאנג 383 טעג.
עס איז דאס צווייטע יאר צו שמיטה, און יאר 8 אין מחזור העיבור 305. תקופת ניסן פון דעם יאר הייבט אן יאר 16 פון מחזור גדול 207.
דאס איז יאר 1,955 צום חורבן בית המקדש, און יאר 2,335 לשטרות.
ערווארטעטע געשעענישן
- כ"ט תשרי – אלגעמיינע וואלן אין ניו זילאנד
- ל' תשרי – צווייטע רונדע פון אלגעמיינע וואלן אין עקוואדאר
- ל' תשרי – פארלאמענט-וואלן אין פוילן
- ז' חשוון – אלגעמיינע וואלן אין ארגענטינע
- י"ד חשוון – טיילווייזע ליקוי לבנה
- ט"ז חשוון – מוניציפאלע וואלן אין מדינת ישראל
- י"ט חשוון – סיום מסכת קידושין אין דער דף היומי
- ט' כסלו – אלגעמיינע וואלן אין האלאנד
- ד' שבט – בערנארדא ארעוואלא (העב') וועט ווערן איינגעשוואוירן אלס פרעזידענט פון גוואטעמאלע
- י"ח שבט – פרעזידענט-וואלן אין פינלאנד
- כ"ה שבט – אלגעמיינע וואלן אין על סאלוואדאר
- ה' אדר א' – אלגעמיינע וואלן אין אינדאנעזיע
- ז' אדר ב' – פרעזידענט-וואלן אין רוסלאנד
- כ' אדר א' – סיום מסכת בבא קמא אין דער דף היומי
- ט"ו אדר ב' – ליקוי לבנה
- כ"ט אדר ב' – גאנצע ליקוי חמה
- כ"ז ניסן – אלגעמיינע וואלן אין פאנאמא
- י"א אייר – אלגעמיינע וואלן אין דאמיניקאנישע רעפובליק
- כ"ה אייר – אלגעמיינע וואלן אין מעקסיקא
- כ"ט אייר – וואלן פאר די אייראפעאישער פארלאמענט וועלן זיך אנהייבן
- כ' סיון – סיום מסכת בבא מציעא אין דער דף היומי
- כ' תמוז-ז' אב – די 33'סטע זומער אלימפיאדע וועט פארקומען אין פאריז, פראנקרייך
- י"ג אב – נוסאנטארא (עב') וועט ווערן דער הויפטשטאט פון אינדאנעזיע, ערזעצנדיג דזשאקארטא[1]
דאטום אומבאקאנט
- יאנואר – אלגעמיינע וואלן אין באנגלאדעש
- פרילינג – טערקיי וועט ארויפשיקן איר ערשטע דאמעסטישע און נאציאנאלע סאטעליט, אין קאאפעראציע מיט SpaceX[2]
- אפריל אדער מאי – אלגעמיינע וואלן אין אינדיע
- יוני – פרעזידענט-וואלן אין סרי לאנקא
- די אנציקלופדיה תלמודית וועט ווערן געענדיגט[3]
קאלענדאר
►► | ה'תשפ"ד | ◄◄ |
2023 - 2024 |
פאָלגנד איז א אידיש - גרעגאריאנישער קאלענדאר. אין יעדן טאג קעסטל איז פארהאן איין אדער צוויי אותיות אנצוצייכענען דעם טאג אינעם אידישן חודש, און א נומער אנצוצייכענען דעם טאג אינעם גרעגאריאנישן מאנאט.
יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
יאר אייגנשאפטן
- א יאר מיט קביעות זחג און 383 טעג.
- אן עיבור יאר מיט צוויי אדרים.
- חשון און כסלו זענען ביידע חָסר, מיט 29 טעג.
- י"ג אדר ב' געפאלט שבת, דערפאר איז מען מקדים תענית אסתר צו דאנערשטאג י"א אדר ב'.
יארן און יארהונדערטער | |
---|---|
|
רעפערענצן
- ↑ "Indonesia Breaks Ground on Nusantara as Jakarta Sinks", Bloomberg (2 August 2022).
- ↑ "Türksat 6A". Archived from the original on January 15, 2023. Retrieved October 2, 2021.
- ↑ הווה אויפן זייטל פונעם פראיעקט