אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אכילת מצה"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(דרעפט שאפונג)
 
 
(37 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|}}
{{דעסקריפציע|מצוה צו עסן מצה ביים סדר נאכט}}
{{מצוה אינפאקעסטל
{{מצוה אינפאקעסטל
| עשה/לאו = עשה
| עשה/לאו = עשה
שורה 18: שורה 18:
| שולחן ערוך = {{שלחן ערוך|אורח חיים|תעה|א|אן=נאמען}}
| שולחן ערוך = {{שלחן ערוך|אורח חיים|תעה|א|אן=נאמען}}
}}
}}
'''אכילת מצה''' איז א [[מצות עשה]] מדאורייתא צו עסן [[מצה]] די [[סדר נאכט|ערשטע נאכט]] [[פסח]] - [[ט"ו ניסן]]. לויט פילע פוסקים איז א מצוה צו עסן מצה אויך די איבריגע טעג פסח, כאטש נישט א "חיוב".
'''אכילת מצה''' איז א [[מצות עשה]] מדאורייתא צו עסן כאטש א כזית [[מצה]] די [[סדר נאכט|ערשטע נאכט]] [[פסח]] - ט"ו ניסן, ווי עס שטייט אין די תורה ({{תנ"ך|שמות|יב|יח}}): "{{מנוקד|בָּרִאשֹׁן בְּאַרְבָּעָה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁ בָּעֶרֶב תֹּאכְלוּ מַצֹּת}}", און מען מאכט דערויף די ברכה "על אכילת מצה". די מצוה איז א זכר צו די מצות וואס בני ישראל האבן געגעסן ווען זיי זענען ארויס פון מצרים. לויט טייל פוסקים איז א מצוה צו עסן מצה אויך די איבריגע טעג פסח, כאטש נישט א חיוב און מען מאכט נישט דערויף קיין ברכה.


== מקור און חיוב ==
== מקור און חיוב ==
אין {{תנ"ך|שמות|יב|לאנג=יא}}, ווערט עטליכע מאל דערמאנט דער חיוב פון עסן מצה אין פסח: {{מנוקד|וְאָכְלוּ אֶת הַבָּשָׂר בַּלַּיְלָה הַזֶּה צְלִי אֵשׁ וּמַצּוֹת עַל מְרֹרִים יֹאכְלֻהוּ}} ({{תנ"ך|שמות|יב|ח|לאנג=יא|אן=פרק}}); {{מנוקד|שִׁבְעַת יָמִים מַצּוֹת תֹּאכֵלוּ}} ({{תנ"ך|שמות|יב|טו|לאנג=יא|אן=פרק}}); {{מנוקד|בָּרִאשֹׁן בְּאַרְבָּעָה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁ בָּעֶרֶב תֹּאכְלוּ מַצֹּת עַד יוֹם הָאֶחָד וְעֶשְׂרִים לַחֹדֶשׁ בָּעָרֶב}} ({{תנ"ך|שמות|יב|יח|לאנג=יא|אן=פרק}}); {{מנוקד|בְּכֹל מוֹשְׁבֹתֵיכֶם תֹּאכְלוּ מַצּוֹת}} ({{תנ"ך|שמות|יב|כ|לאנג=יא|אן=פרק}}). אין {{תנ"ך|דברים|טז|לאנג=יא}} ווערט ווידער דערמאנט דער חיוב צוויי מאל: {{מנוקד|לֹא תֹאכַל עָלָיו חָמֵץ שִׁבְעַת יָמִים תֹּאכַל עָלָיו מַצּוֹת}} ({{תנ"ך|דברים|טז|ג|לאנג=יא|אן=פרק}}); {{מנוקד|שֵׁשֶׁת יָמִים תֹּאכַל מַצּוֹת וּבַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי עֲצֶרֶת לַד' אֱלֹקֶיךָ}} ({{תנ"ך|דברים|טז|ח|לאנג=יא|אן=פרק}}). פון יעדע פון די פסוקים לערנען חז"ל ארויס פארשידענע דינים אין די מצוה.
אין {{תנ"ך|שמות|יב|לאנג=יא}}, ווערט עטליכע מאל דערמאנט דער חיוב פון עסן מצה אין פסח: {{מנוקד|וְאָכְלוּ אֶת הַבָּשָׂר בַּלַּיְלָה הַזֶּה צְלִי אֵשׁ וּמַצּוֹת עַל מְרֹרִים יֹאכְלֻהוּ}} ("און זיי זאלן עסן דאס פלייש אין דער דאזיגער נאכט, געבראטן אויפן פייער; מיט מצות און מרור זאלן זיי עס עסן", {{תנ"ך|שמות|יב|ח|לאנג=יא|אן=פרק}}); {{מנוקד|שִׁבְעַת יָמִים מַצּוֹת תֹּאכֵלוּ}} ("זיבן טעג זאָלט איר עסן מצות", {{תנ"ך|שמות|יב|טו|לאנג=יא|אן=פרק}}); {{מנוקד|בָּרִאשֹׁן בְּאַרְבָּעָה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁ בָּעֶרֶב תֹּאכְלוּ מַצֹּת עַד יוֹם הָאֶחָד וְעֶשְׂרִים לַחֹדֶשׁ בָּעָרֶב}} ("אין ערשטן חוֹדש, אין פערצנטן טאג אין חודש אין אוונט, זאלט איר עסן מצות, ביזן איין און צוואנציגסטן טאג אין חוֹדש אין אוונט", {{תנ"ך|שמות|יב|יח|לאנג=יא|אן=פרק}}); {{מנוקד|בְּכֹל מוֹשְׁבֹתֵיכֶם תֹּאכְלוּ מַצּוֹת}} ({{תנ"ך|שמות|יב|כ|לאנג=יא|אן=פרק}}). אין {{תנ"ך|דברים|טז|לאנג=יא}} ווערט ווידער דערמאנט דער מצוה צוויי מאל: {{מנוקד|לֹא תֹאכַל עָלָיו חָמֵץ שִׁבְעַת יָמִים תֹּאכַל עָלָיו מַצּוֹת לֶחֶם עֹנִי}} ("זאלסט נישט עסן דערביי חמץ; זיבן טעג זאלסטו עסן דערביי מצות, ארעמע ברויט", {{תנ"ך|דברים|טז|ג|לאנג=יא|אן=פרק}}); {{מנוקד|שֵׁשֶׁת יָמִים תֹּאכַל מַצּוֹת וּבַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי עֲצֶרֶת לַד' אֱלֹקֶיךָ}} ("זעקס טעג זאלסטו עסן מצות, און אויפן זיבעטן טאג זאל זיין אַן איינזאמלונג צו ה' דיין ג-ט", {{תנ"ך|דברים|טז|ח|לאנג=יא|אן=פרק}}). חז"ל לערנען ארויס פון די אלע פסוקים פארשידענע דינים אין די מצוה.


כאטש וואס עס שטייט מען זאל עסן מצה אלע זיבן טעג פסח (שבעת ימים... עד אחד ועשרים לחודש...), לערנען חז"ל ארויס פונעם פסוק "ששת ימים ... וביום השביעי עצרת" אז פונקט ווי די זיבעטע טאג איז א רשות, זענען אויך די איבריגע פינף טעג א רשות, און אויב וויל מען עסן ברויט קען מען עסן מצה אנשטאט [[חמץ]] וואס איז נישט ערלויבט, און נאר אויף די סדר נאכט איז דא א חיוב צו עסן מצה, וויבאלד עס שטייט {{ציטוטון|בערב תאכלו מצות}}{{הערה|שם=פקכ|{{בבלי|פסחים|קכ|א}}}}.
עס איז פארהאן אן איינצלנע שיטה פון [[רב אחא בר יעקב]], וואס האלט אז דאס עסן מצה בזמן הזה איז בלויז א דרבנן אזוי ווי [[מרור]], וויבאלד מדאורייתא גייען די ביידע צוזאמען מיט עסן [[קרבן פסח]], ווי עס שטייט "ואכלו את הבשר … ומצות על מרורים יאכלוהו". למעשה נעמען מיר אן ווי רבא אז "מצה בזמן הזה דאורייתא" צוליב עטליכע טעמים: 1) וויבאלד עס שטייט "בערב תאכלו מצות"{{הערה|שם=פקכ}}. 2) וויבאלד עס שטייט "לא תאכל עליו חמץ, שבעת ימים תאכל עליו מצות", גלייכט מען צו מצה צו [[חמץ]], פונקט ווי חמץ איז אסור אויך היינט, איז א חיוב היינט צו עסן מצה{{הערה|[[רבי יהודה]] אין {{בבלי|פסחים|כח|ב}}}}. 3) עס איז א ריבוי פון די פסוק "{{אונטערשטריך|בכל מושבותיכם}} תאכלו מצות"{{הערה|{{בבלי|קידושין|לז|ב}}}}.


עס איז פארהאן אן איינצלנע שיטה פון [[רב אחא בר יעקב]], וואס האלט אז פונקט ווי די מצוה פון [[מרור]], גייט אויך מצה נאר אן בזמן הבית ווען עס איז געווען א [[קרבן פסח]], וויבאלד עס שטייט "ואכלו את הבשר ... ומצות על מרורים יאכלוהו". למעשה נעמען מיר אן אז מצה איז אנדערש צוליב עטליכע טעמים: 1) וויבאלד עס שטייט "בערב תאכלו מצות"{{הערה|שם=פקכ}}. 2) וויבאלד עס שטייט "לא תאכל עליו חמץ, שבעת ימים תאכל עליו מצות", גלייכט מען צו מצה צו [[חמץ]], פונקט ווי חמץ איז אסור אויך היינט, איז א חיוב היינט צו עסן מצה{{הערה|[[רבי יהודה]] אין {{בבלי|פסחים|כח|ב}}}}. 3) עס איז א ריבוי פון די פסוק "{{אונטערשטריך|בכל מושבותיכם}} תאכלו מצות"{{הערה|{{בבלי|קידושין|לז|ב}}}}.
=== די איבריגע טעג פסח ===
כאטש וואס אין די פסוקים שטייט מען זאל עסן מצה אלע זיבן טעג פסח ("שבעת ימים מצות תאכלו", "עד יום האחד ועשרים לחודש"), לערנען חז"ל ארויס פונעם פסוק "ששת ימים תאכל מצות וביום השביעי עצרת" אז "פונקט ווי די זיבעטע טאג איז א רשות, זענען אויך די זעקס טעג א רשות", און אויב וויל מען עסן ברויט קען מען עסן מצה אנשטאט [[חמץ]] וואס איז נישט ערלויבט, און נאר אויף דער ערשטער נאכט פון פסח (און אין [[חוץ לארץ]], אויך די צווייטע נאכט), די סדר נאכט, איז דא א חיוב צו עסן מצה, וויבאלד עס שטייט "בערב תאכלו מצות"{{הערה|שם=פקכ|{{בבלי|פסחים|קכ|א}}}}. דער אבן עזרא לערנט "על דרך הפשט" אז עסן מצה איז יא א חיוב אלע זיבן טעג{{הערה|{{תנ"ך|שמות|יב|טו|מפרש=אבן עזרא}} און כ; {{ספריא|2=יסוד מורא, שער ד|3=Yesod_Mora_VeSod_HaTorah.4}}. דער אבן עזרא זאגט אז דאס איז אלס זכר צו דעם וואס אידן האבן געגעסן די מצה וואס זיי האבן ארויסגענומען פון מצרים פאר זיבן טעג, זעט ארטיקל [[מן]]; {{תנ"ך|שמות|יב|טו|מפרש=ר"י אבן כספי}} און כ.}}.
 
אנדערע מפרשי התורה שמועסן אויס אז ס'איז טאקע נישט קיין חיוב די איבריגע זעקס טעג פון פסח, אבער עס איז פארט א מצוה{{הערה|אזוי איז משמע אין {{מכילתא|מסכתא=פסחא|סימן=י}}; {{תנ"ך|שמות|יב|יח|מפרש=חזקוני}}, געברענגט אין {{ספריא|2=שו"ת חתם סופר, יורה דעה, סי' קצא|3=Responsa_Chatam_Sofer%2C_Yoreh_De'ah.191}}; {{תנ"ך|שמות|יב|כ|מפרש=ר"י אבן כספי}}}}. אזוי ווערט אויך געברענגט בשם די גר"א, וועלכער זאגט אז עס ווערט נאר אנגערופן רשות לגבי דעם ערשטן נאכט וואס איז א חיוב{{הערה|[[שית:Maaseh_Rav.185|מעשה רב, סי' קפה]]; {{ערוך השולחן|אורח חיים|תעה|יח}}; {{משנה ברורה|תעה|מה}}}}. אזוי איז אויך משמע פון עטליכע ראשונים{{הערה|תשובות הרא"ש, [[שית:Teshuvot_HaRosh.23.3|כלל כג אות ג]]; און נאך, זעט [[רבי שמחה הכהן קוק]], [https://www.yeshiva.org.il/midrash/11119 מצות אכילת מצה כל שבעת ימי הפסח].}}. פון אנדערע פוסקים ווייזט אבער אויס אז מען איז נישט מקיים א מצות עשה די איבריגע טעג{{הערה|{{היברובוקס|2=העיטור|3=20516|page=284|עמ=קלה|לינק טעקסט=עשרת הדברות, הל' מצה ומרור}}; {{שולחן ערוך|אורח חיים|תעה|ז}}; {{שוע הרב||תעה|לב}} און נאך.}}.
 
עס זענען געווען אייניגע קהילות ווי מען האט זאגאר געמאכט א ברכה 'על אכילת מצה' אלע זיבן טעג{{הערה|{{היברובוקס|רבי רחמים נסים יצחק פאלאג'י|יפה ללב|באנד=ב|7659|page=80|לינק טעקסט=או"ח תעה, ז}}}}; דער פירונג ווערט דעבאטירט דורך דער שדי חמד{{הערה|שדי חמד, [https://tashma.jewishoffice.co.il/books/learn/26012/שדי_חמד/אסיפת_דינים/מערכת_חמץ_ומצה/סימן_יד מערכת חמץ ומצה, סי' יד], אות י}}, און ווערט שארף קריטיקירט דורך דער מהרש"ם פון ברעזשאן{{הערה|תשובות מהרש"ם, {{ספריא|2=חלק א, סי' רט|3=Teshuvot_Maharsham_Volume_I.209}}}}.
 
פון די אנדערע זייט איז דא א מנהג בכלל נישט צו עסן קיין מצה אין די איבריגע טעג, בלויז די מחיוב'דיגע כזיתים{{הערה|{{שולחן ערוך|אורח חיים|תס|סק=י|מפרש=שערי תשובה}}}}, און אזוי האבן זיך געפירט עטליכע צדיקים{{הערה|{{אקדמיה|הירצקא גרינפעלד|מנהג בית ליסקא: נישט עסן מצה אין פסח|37583854|קינדערליך|פסח תשע"ז}}}}. דער מונקאטשער רב פּראטעסטירט אבער דעם מנהג{{הערה|{{היברובוקס|רבי חיים אלעזר שפירא|נימוקי אורח חיים|7949|page=187|סי' תעה}}}}.


=== טעם ===
=== טעם ===
דער טעם פונעם מצוה איז צו געדענקען די ניסים וואס גאט געטון מיט די אידן ביים זיי ארויסנעמען פון מצרים{{הערה|{{ספר החינוך|י}}}}, ווען "זייער טייג האט נישט עספיעט זיך צו יערן און ווערן חמץ איידער דער באשעפער האט זיך צו זיי באוויזן און זיי אויסגעלייזט"{{הערה|[[s:הגדה של פסח#מגיד|הגדה של פסח: "פסח מצה ומרור"]], לויט'ן פסוק {{תנ"ך|שמות|יב|לט}}.}}.
דער טעם פונעם מצוה איז צו געדענקען די ניסים וואס גאט האט געטון מיט די אידן ביים זיי ארויסנעמען פון מצרים, ווען "זייער טייג האט נישט עספּיעט זיך צו יערן און ווערן חמץ איידער דער באשעפער האט זיך צו זיי באוויזן און זיי אויסגעלייזט"{{הערה|[[הגדה של פסח]] {{ספריא|2="פסח מצה ומרור"|3=Pesach_Haggadah,_Magid,_Rabban_Gamliel's_Three_Things}}, לויט {{תנ"ך|שמות|יב|לט}};{{תנ"ך|דברים|טז|ג}}; {{ספר החינוך|י}}}}. אויך איז דער מצה "לחם עוני" ברויט פון א ארעמאן, צו דערמאנען דעם שווערן לעבן אין מצרים{{הערה|רש"י און רמב"ן {{תנ"ך|דברים|טז|ג}}; פנים יפות דברים ו, כ; און נאך .}}.
 
די מצה סימבאליזירט אויך עניוות (באשיידנקייט), אין קעגנזאץ צו חמץ וואס סימבאליזירט גאוה (שטאלץ){{הערה|שו"ת הרדב"ז; ירושלים במועדיה, נבנצל, פסח, עמ' ק.}}. אויך ווערט געזאגט אז די מצה איז מרמז מידת הרחמים{{הערה|ראקנטי שמות יב, טו}}.


=== באפוילענע ===
=== באפוילענע ===
אלע אידן זענען מחוייב מיט די מצוה, אויך פרויען, וויבאלד עס ווערט צוגעגליכן צום איסור פון עסן מצה{{הערה|{{בבלי|פסחים|מג|ב}}}}, און אויך קנעכט וואס האבן די זעלבע חיובים ווי פרויען. מען איז מחוייב צו מחנך זיין קטנים וואס קענען שוין עסן א [[כזית]] מצה צו עסן{{הערה|שם=חומו|{{רמב"ם|חמץ ומצה|ו|י|נאמען=ניין}}}}, כאטש זיי פארשטייען נאכנישט די ענין פון די מצוה{{הערה|[[רבי אלעזר רוקח]], '''מעשה רוקח''', [[שית:Maaseh_Rokeach_on_Leavened_and_Unleavened_Bread/7|פרק ז מהלכות חמץ ומצה]] הלכה ז'}}. עס איז פארהאן א שיטה פון [[רב זעירא]] אין [[תלמוד ירושלמי|ירושלמי]] אז די חיוב פון פרויען ביי מצה איז געוואנדן אין א מחלוקת תנאים צי זיי זענען מחוייב מיט קרבן פסח{{הערה|{{ירושלמי|פסחים|ח|א}}}}
אלע אידן זענען מחויב מיט די מצוה, אויך פרויען, כאטש עס איז א מצות עשה שהזמן גרמא, וויבאלד עס ווערט צוגעגליכן צום איסור פון עסן חמץ{{הערה|{{בבלי|פסחים|מג|ב}}}}. אויך קנעכט, וועלכע האבן די זעלבע חיובים ווי פרויען, זענען מחויב. מען איז מחויב צו מחנך זיין קטנים וואס קענען שוין עסן א [[כזית]] מצה צו עסן{{הערה|שם=חומוי|{{רמב"ם|חמץ ומצה|ו|י}}}}, כאטש זיי פארשטייען נאכנישט די ענין פון די מצוה{{הערה|[[רבי אלעזר רוקח]], '''מעשה רוקח''', [[שית:Maaseh_Rokeach_on_Leavened_and_Unleavened_Bread/7|פרק ז מהלכות חמץ ומצה]] הלכה ז'}}. עס איז פארהאן א שיטה פון [[רב זעירא]] אין [[תלמוד ירושלמי|ירושלמי]] אז די חיוב פון פרויען ביי מצה איז געוואנדן אין א מחלוקת תנאים צי זיי זענען מחויב מיט קרבן פסח{{הערה|{{ירושלמי|פסחים|ח|א}}}}.


פאר אלטע און קראנקע לייט קען מען ווייקן די מצה עס צו אפווייכן, אבער עס טאר נישט זיין אינגאנצן צוגעגאנגען{{הערה|שם=חומו}}{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תסא|ד}}}}.
פאר אלטע און קראנקע לייט קען מען ווייקן די מצה עס צו אפווייכן, אבער עס טאר נישט זיין אינגאנצן צוגעגאנגען{{הערה|שם=חומוי}}{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תסא|ד}}}}.


== דער מצה ==
== דער מצה ==
דער מצה מיט וואס מען איז יוצא דער מצוה דארף זיין "[[מצה שמורה|שמורה מצה]]" - אפגעהיטן, און געבאקן "לשם מצת מצוה", וויבאלד עס שטייט "וּשְׁמַרְתֶּם אֶת הַמַּצּוֹת"{{הערה|{{תנ"ך|שמות|יב|יז}}; {{בבלי|פסחים|לח|ב}}}}. וויבאלד עס דארף געבאקן לשמה, זענען פארהאן אחרונים וואס פסק'ען אז מען קען נישט יוצא זיין די מצוה מיט [[מאשין מצה]] - אויסער די חששות פון חמץ, וויבאלד עס ווערט געמאכט פון זיך אליין{{הערה|[[רבי שלמה קלוגער]] '''שו"ת האלף לך שלמה''', [[שית:HaElef_Lekha_Shlomo,_Omissions/32|השמטות סי' לב]]; {{היברובוקס|2=שו"ת מהרש"ם|3=1528|page=142|באנד=חלק ד'|לינק טעקסט=סי' קכט}}; און נאך.}}. אנדערע האלטן אבער אז עס הייסט יא לשמה דורך דער מענטש וואס אפערירט דעם מאשין און נאך טעמים{{הערה|{{היברובוקס|2=דברי מלכיאל|3=803|page=30|באנד=חלק ד|לינק טעקסט=סימן כ'}}; און נאך.}}.
דער מצה מיט וואס מען איז יוצא דער מצוה דארף זיין "[[שמורה מצה]]" אפגעהיטן פון ווערן חמץ פון די צייט וואס מען האט עס געשניטן אדער געמאלן, און געבאקן "לשם מצת מצוה" – מיט'ן כוונה פאר די מצה וואס מען עסט ביי דער סדר נאכט{{הערה|{{שוע הרב||תנג|יד}}}}, וויבאלד עס שטייט "וּשְׁמַרְתֶּם אֶת הַמַּצּוֹת"{{הערה|{{תנ"ך|שמות|יב|יז}}; {{בבלי|פסחים|לח|ב}}}}. וויבאלד עס דארף זיין געבאקן לשמה, זענען פארהאן אחרונים וואס פסק'ען אז מען קען נישט יוצא זיין די מצוה מיט [[מאשין מצה]] - אויסער די חששות פון חמץ, וויבאלד עס ווערט געמאכט פון זיך אליין{{הערה|[[רבי שלמה קלוגער]], שו"ת '''האלף לך שלמה''', [[שית:HaElef_Lekha_Shlomo,_Omissions/32|השמטות סי' לב]]; {{היברובוקס|2=שו"ת מהרש"ם|3=1528|page=142|באנד=חלק ד'|לינק טעקסט=סי' קכט}}; און נאך.}}. אנדערע האלטן אבער אז עס הייסט יא לשמה דורך דער מענטש וואס אפערירט דעם מאשין און נאך טעמים{{הערה|{{היברובוקס|2=דברי מלכיאל|3=803|page=30|באנד=חלק ד|לינק טעקסט=סימן כ'}}; און נאך.}}. טייל פירן זיך צו ניצן מצה געבאקן מיט מעל וואס איז האנט-געמאלן - "רחיים של יד"{{הערה|זע ביאור הלכה, [[שית:Biur_Halacha/460|סימן ת"ס]].}}.


דער מצה דארף עס זיין אנגערופן "לחם" - ברויט, און דערפאר דארף עס זיין געקנעטן ווי א טייג (בלִילה עבה), און געבאקן אין אויוון.
דער מצה ווערט אנגערופן "לחם" - ברויט, און דערפאר דארף עס זיין געקנעטן ווי א טייג (בלִילה עבה), פון איינע פון די [[חמשת מיני דגן]], און געבאקן אין אויוון.


עס דארף זיין אין די אייגנטומערשאפט פון דער וואס עסט דאס, דערפאר איז מען נישט יוצא מיט א גע'גנב'עטע מצה{{הערה|{{בבלי|פסחים|לח|א}}}}, אדער מצה פון [[טבל]], אדער [[תרומה]] פאר אנדערע אויסער [[כהנים]]{{הערה|{{בבלי|פסחים|לה|א}}}}.
עס דארף זיין אין די אייגנטומערשאפט פון דער וואס עסט דאס, דערפאר איז מען נישט יוצא מיט א גע'גנב'עטע מצה{{הערה|{{בבלי|פסחים|לח|א}}}}, אדער מצה פון [[טבל]], אדער [[תרומה]] פאר א זר (נישט א כהן){{הערה|{{בבלי|פסחים|לה|א}}}}.
ווען געסט עסן ביי א בעל הבית ביי דער סדר נאכט, איז פארהאן א דיון צי די מצה ווערט גערעכנט פאר זייערס כדי זיי זאלן קענען יוצא זיין ידי חובת המצוה, וויבאלד עס איז אין דער בעלות פון דעם גאסט-געבער. עס ווערט אנגענומען אז וויבאלד דער בעל הבית גיט רשות צו עסן, איז עס גענוג{{הערה|{{לינק|שרייבער=צבי רייזמאן|קעפל=אכילת מצה על ידי אורחים בליל הסדר|זייטל=עולמות|דאטום=פעברואר 22, 2022|אדרעס=https://olamot.net/shiurim/אכילת-מצה-על-ידי-אורחים-בליל-הסדר/}}}}.
 
אין פארשידענע פלעצער, ספעציעל אין טייל חסידי'שע חצרות, איז געווען דער מנהג צו ניצן פאר די מצוה "ערב פסח מצה" - מצות געבאקן [[ערב פסח]]. אנדערע האבן זיך אבער אפגעהאלטן פון באקן מצות ערב פסח, צוליב די איסור פון חמץ נאך חצות{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://www.dirshu.co.il/מסיקים-את-התנור-בערבות-מהושענא-רבה-ואו/|שרייבער=הרב ישראל יעקב פרבר, הרב יהודה לייב שטיסל|קעפל=אפיית 'מצות מצוה' בערב פסח – הטעמים, השיטות והמנהגים|זייטל=[[דרשו]]}}}}.


== צייט ==
== צייט ==
{{הויפט ארטיקל|אפיקומן}}
{{הויפט ארטיקל|אפיקומן}}
עס איז פארהאן א מחלוקת ראשונים מיט וועלכע מצה פונעם סדר מען איז יוצא די מצוה. אין צייט וואס טייל האלטן אז מען איז יוצא מיט'ן מצה פון אפיקומן{{הערה|שם=חובת מצה|רש"י און {{בבלי|פסחים|קיט|ב|מפרש=רשב"ם|ד"ה=אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן}}}}, האלטן אנדערע אז מען איז יוצא מיט די ערשטע מצה{{הערה|רא"ש {{ויקיטקסט|רבינו אשר על הש"ס/פסקי הרא"ש/פסחים/פרק י#סימן לד|פסחים פרק י סימן לד}}; לויט איין וועג אין {{בבלי|פסחים|קכ|א|מפרש=תוספות|ד"ה=באחרונה}}; [https://he.wikisource.org/wiki/הגדה_של_פסח_ריטב%22א#:~:text=שאין%20זה%20אלא%20כדי%20שישאר%20טעם%20מצה%20בפיו ריטב"א, סדר ההגדה].}}.
דער חיוב איז אריגינעל צו עסן מצה צוזאמען מיטן [[קרבן פסח]]. ווען עס איז נישטא קיין קרבן פסח איז פארהאן א מחלוקת ראשונים מיט וועלכע מצה פונעם סדר מען איז יוצא די מצוה. אין צייט וואס טייל האלטן אז מען איז יוצא מיט'ן מצה פון אפיקומן{{הערה|שם=חובת מצה|רש"י און {{בבלי|פסחים|קיט|ב|מפרש=רשב"ם|ד"ה=אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן}}}}, האלטן אנדערע אז מען איז יוצא מיט די ערשטע מצה{{הערה|[[פסקי הרא]] {{ויקיטקסט|רבינו אשר על הש"ס/פסקי הרא"ש/פסחים/פרק י#סימן לד|פסחים פרק י סימן לד}}; לויט איין וועג אין {{בבלי|פסחים|קכ|א|מפרש=תוספות|ד"ה=באחרונה}}; [https://he.wikisource.org/wiki/הגדה_של_פסח_ריטב%22א#:~:text=שאין%20זה%20אלא%20כדי%20שישאר%20טעם%20מצה%20בפיו ריטב"א, סדר ההגדה].}}.


===סוף זמן אכילה===
===סוף זמן אכילה===
====דער מחלוקת תנאים ביי קרבן פסח====
====דער מחלוקת תנאים ביי קרבן פסח====
ביי קרבן פסח איז דא א מחלוקת צווישן [[רבי עקיבא]] און [[רבי אלעזר בן עזריה]]. לויט רבי אלעזר בן עזריה איז דער צייט פון עסן דעם קרבן פסח נאר ביז [[חצות]] פונעם סדר נאכט, ווידער לויט רבי עקיבא איז דער צייט פון אכילת קרבן פסח מ[[דאורייתא]] ביז'ן [[עלות השחר]]{{הערה|{{בבלי|ברכות|ט|א}}}}. לויט [[אביי]] איז מעגליך אז רבי עקיבא איז מודה אז מען דארף עסן די קרבן פסח פאר חצות הלילה, אבער נאר [[מדרבנן]] "להרחיק את האדם מן העבירה" - צו דערווייטערן דעם מענטש פון עובר זיין און עסן נאכ'ן עלות{{הערה|{{בבלי|זבחים|נז|ב}}}}. אזוי פסק'נט אויך דער [[רמב"ם]]{{הערה|שם=רמב"ם|{{רמב"ם|קרבן פסח|ח|טו}}}}: {{ציטוטון|כבר ביארנו בכמה מקומות שאין הפסח נאכל אלא עד חצות כדי להרחיק מן העבירה, ודין תורה שיאכל כל הלילה עד שיעלה עמוד השחר.}}
ביי קרבן פסח איז דא א מחלוקת צווישן [[רבי עקיבא]] און [[רבי אלעזר בן עזריה]]. לויט רבי אלעזר בן עזריה איז דער צייט פון עסן דעם קרבן פסח נאר ביז [[חצות]] פונעם סדר נאכט, ווידער לויט רבי עקיבא איז דער צייט פון אכילת קרבן פסח מ[[דאורייתא]] ביז'ן [[עלות השחר]]{{הערה|{{בבלי|ברכות|ט|א}}}}. לויט [[אביי]] איז מעגליך אז רבי עקיבא איז מודה אז מען דארף עסן די קרבן פסח פאר חצות הלילה, אבער נאר [[מדרבנן]] "להרחיק את האדם מן העבירה" - צו דערווייטערן דעם מענטש פון עובר זיין און עסן נאכ'ן עלות{{הערה|{{בבלי|זבחים|נז|ב}}}}. אזוי פסק'נט אויך דער [[רמב"ם]]{{הערה|שם=רמב"ם|{{רמב"ם|קרבן פסח|ח|טו}}}}: "כבר ביארנו בכמה מקומות שאין הפסח נאכל אלא עד חצות כדי להרחיק מן העבירה, ודין תורה שיאכל כל הלילה עד שיעלה עמוד השחר."


====ביי אכילת מצה====
====ביי אכילת מצה====
שורה 54: שורה 66:


====הלכה למעשה====
====הלכה למעשה====
לויט תוספות איז די הלכה ווי רבי אלעזר בן עזריה{{הערה|{{בבלי|מגילה|כא|א|מפרש=תוספות}}}}. דאקעגן דער רמב"ם שרייבט אז מען קען יוצא זיין אכילת מצה די גאנצע נאכט{{הערה|דארט, הלכה א|דארט=חומו}}, און ביי קרבן פסח פסק'נט ער אויך ווי רבי עקיבא אז די מצוה איז ביזן עלות, נאר חז"ל האבן פארלאנגט צו עסן איידער חצות צו דערווייטערן דעם מענטש פון אן עבירה. עס איז פארהאן א מיינונגס פארשידנהייט אין די שיטה פונעם רמב"ם: לויט'ן [[רבי חזקיה די סילווא|פרי חדש]] דארף מען לכתחילה אויך עסן מצה בעפאר חצות, פונקט ווי דעם קרבן פסח (מדרבנן){{הערה|[https://beta.hebrewbooks.org/tursa.aspx?a=oc_x2321 פרי חדש אורח חיים סימן תעז]}}, ווידער לויט [[רבינו מנוח]] איז די גזירה נאר ביים קרבן פסח, וואס אויב ער וועט עס עסן נאכן עלות וועט ער עובר זיין אן איסור [[כרת]] (צוליב [[נותר]]).
לויט תוספות איז די הלכה ווי רבי אלעזר בן עזריה{{הערה|{{בבלי|מגילה|כא|א|מפרש=תוספות}}}}. דאקעגן דער רמב"ם שרייבט אז מען קען יוצא זיין אכילת מצה די גאנצע נאכט{{הערה|שם=חומוא|{{רמב"ם|חמץ ומצה|ו|א}}}}, און ביי קרבן פסח פסק'נט ער אויך ווי רבי עקיבא אז די מצוה איז ביזן עלות, נאר חז"ל האבן פארלאנגט צו עסן איידער חצות צו דערווייטערן דעם מענטש פון אן עבירה. עס איז פארהאן א מיינונגס פארשידנהייט אין די שיטה פונעם רמב"ם: לויט'ן [[רבי חזקיה די סילווא|פרי חדש]] דארף מען לכתחילה אויך עסן מצה בעפאר חצות, פונקט ווי דעם קרבן פסח (מדרבנן){{הערה|[https://beta.hebrewbooks.org/tursa.aspx?a=oc_x2321 פרי חדש אורח חיים סימן תעז]}}, ווידער לויט [[רבינו מנוח]] איז די גזירה נאר ביים קרבן פסח, וואס אויב ער וועט עס עסן נאכן עלות וועט ער עובר זיין אן איסור [[כרת]] (צוליב [[נותר]]).


אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'נט אז אויך די אפיקומן דארף מען עסן נאך פאר חצות{{הערה|{{שולחן ערוך|אורח חיים|תעז|א}}}}, און דער [[משנה ברורה]] לייגט צו אז פאר די ערשטע כזית דארף מען גאר שטארק נזהר זיין עס זאל געגעסן ווערן פאר חצות, און אויב מען האט פארשפעטיגט זאל מען עסן אן א ברכה{{הערה|דארט {{משנה ברורה|תעז|ו|אן=סימן}}}}.
אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'נט אז אויך די אפיקומן דארף מען עסן נאך פאר חצות{{הערה|{{שולחן ערוך|אורח חיים|תעז|א}}}}, און דער [[משנה ברורה]] לייגט צו אז פאר די ערשטע כזית דארף מען גאר שטארק נזהר זיין עס זאל געגעסן ווערן פאר חצות, און אויב מען האט פארשפעטיגט זאל מען עסן אן א ברכה{{הערה|דארט {{משנה ברורה|תעז|ו|אן=סימן}}}}.


== סדר פון עסן ==
== סדר פון עסן ==
=== פרוסה ===
דער מצה דארף זיין א "פרוסה" - צעהאלבט, ווי דער שטייגער פון אן ארעמאן{{הערה|שם=ברפס|{{בבלי|ברכות|לט|ב}}; {{בבלי|פסחים|קטו|ב}}}}, וויבאלד עס ווערט אנגערופן "לחם עוני{{הערה|{{תנ"ך|דברים|טז|ג}}}}". עס זענען פארהאן דריי שיטות איבער דעם צעבראכענעם מצה:
* אנשטאט די צוויי גאנצע ברויט פאר [[לחם משנה]] ווי א געווענליכע [[שבת]] און [[יום טוב]], נעמט מען א גאנצע מיט א האלבע{{הערה|{{רי"ף|פסחים|כה|ב}}}}{{הערה|שם=חומח|{{רמב"ם|חמץ ומצה|ח|י}}.}}.
* אויסער די צוויי גאנצע מצות פאר לחם משנה לייגט מען צו א דריטע, האלבע{{הערה|{{היברובוקס|2=סדר רב עמרם השלם|3=7284|page=220|באנד=חלק ב}}}}{{הערה|שם=שלם|[[רש"י]], [[רשב"ם]], {{בבלי|פסחים|קטז|א}}; [[פסקי הרא"ש]], פסחים [[s:רבינו_אשר_על_הש"ס/פסקי_הרא"ש/פסחים/פרק_י#סימן_ל|פרק י' סימן ל']]}}.
* נאר אויב די סדר נאכט געפאלט אום שבת דארף מען צוויי גאנצע און דערויף א האלבע{{הערה|[[שית:Halakhot_Gedolot/11|הלכות גדולות, פסח]] פרק כל שעה; {{טור|אורח חיים|תעה}} בשם חילוף מנהגים אלס מנהג פון גאוני בבל; זעט {{אוצר החכמה|מרדכי מרגליות|החילוקים שבין אנשי מזרח ובני ארץ ישראל|144170|page=139|עמ=133}}.}}.
אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'ענט מען זאל נעמען א פרוסה אויסער צוויי שלימים{{הערה|שם=תעה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תעה|א}}}}.
=== ברכה ===
איידער מען עסט דעם מצה מאכט מען צוויי ברכות: [[המוציא]] און אשר קדשנו ... וציונו "על אכילת מצה". עס זענען פארהאן עטליכע שיטות אויף וועלכע מצה מען מאכט וועלכע ברכה:
* מען מאכט המוציא אויף די גאנצע, און על אכילת מצה אויף די פרוסה און דאן עסט מען א שטיקל פון ביידע. אדער וויבאלד המוציא דארף זיין אויף צוויי שלימים, ווי יעדע שבת און יום טוב{{הערה|שם=שלם}}; אדער, כאטש מען איז יוצא די עיקר מצוה מיטן האלבן, קען מען נישט מאכן ביידע ברכות דערויף, צוליב דעם כלל פון [[אין עושין מצוות חבילות חבילות]] - אז מען טאר נישט יוצא זיין מערערע מצוות אויפאיינמאל{{הערה|לויט איין וועג אין [[תוספות]] דארט|דארט=ברפס}}.
* מען מאכט ביידע ברכות אויפ'ן האלבן צו מקיים זיין לחם עוני מיט א פרוסה, און עס איז נישטא דערביי דער פראבלעם פון "חבילות חבילות" וויבאלד די המוציא איז א [[ברכות הנהנין|ברכת הנהנין]] און הייסט נישט ווי א באזונדערע מצוה{{הערה|די מיינונג פון רבי מנחם מווינא אין [[תוספות]] דארט|דארט=ברפס}}.
* המוציא אויפ'ן האלבן און על אכילת מצה אויפ'ן גאנצע{{הערה|{{טור|אורח חיים|תעה}}; שבלי הלקט, [[שית:Shibbolei_HaLeket/218|סימן רי"ח]]; בשם טייל ראשונים.}}, וויבאלד די עיקר מצוה איז די פרוסה מאכט מען דערויף המוציא, אבער צוליב "חבילות חבילות", מאכט מען אכילת מצה אויף די גאנצע{{הערה|{{טור|אורח חיים|תעה|מפרש=ב"ח}}; {{היברובוקס|2=פרי מגדים  - אורח חיים|3=41247|page=294|לינק טעקסט=משבצות זהב, סי' תעה סק"ב}}.}}.
כדאי יוצא צו זיין אלע שיטות פסק'ענט דער שולחן ערוך{{הערה|שם=תעה}} צו לייגן די פרוסה צווישן די צוויי שלימים, און מאכן דערויף ביידע ברכות{{הערה|אין [[מהרי"ל]], [https://wiki.jewishbooks.org.il/mediawiki/wiki/מהרי%22ל/סדר_ההגדה סדר ההגדה לא], שטייט מען זאל אויסלאזן די אונטערשטע מצה נאך המוציא און דאן מאכן על אכילת מצה.}}, און עסן א כזית סיי פון די אויבערשטע גאנצע און סיי פון די מיטלסטע האלבע. דער [[משנה ברורה|ביאור הלכה]] ווינדערט זיך אבער אויף דעם הארבן פסק{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תעה|מפרש=ביאור הלכה}}}}.
=== דער שיעור ===
דער שיעור פון מצוות מצה איז א [[כזית]]{{הערה|{{בבלי|פסחים|מ|א}}; {{בבלי|פסחים|קח|א|אן=מסכת}}; {{בבלי|פסחים|קיט|ב|אן=מסכת}}.}}{{הערה|שם=חומוא}}. מען קען עסן די כזית דורכאויס די צייט-אפשניט וואס ווערט גערופן '[[כדי אכילת פרס]]' (צווישן 3 און 9 מינוט, געוואנדן אין שיטות), אבער לכתחילה דארף מען עסן די גאנצע כזית אויפאמאל{{הערה|תרומת הדשן, [[שית:Terumat_HaDeshen,_Part_I/139|סימן קל"ט]]; געברענגט אין {{טור|אורח חיים|תעה|מפרש=בית יוסף}}.}}. די צווייטע כזית, וואס מען עסט כדי יוצא צו זיין אלע פריער-דערמאנטע שיטות, קען מען לכתחילה עסן דורכאויס כדי אכילת פרס{{הערה|{{משנה ברורה|תעה|ט}}}}.
=== טינקען ===
דער רמב"ם זאגט מען זאל טינקען דעם מצה אין [[חרוסת]]{{הערה|דארט, הלכה ח'|דארט=חומח}}, אלס זכר צו די ליים מיט וואס די אידן האבן געארבעט אין מצרים. רוב אנדערע ראשונים און פוסקים קריגן דערויף{{הערה|[[השגות הראב"ד]], [[מגיד משנה]] דארט; [[מאירי]] אין בית הבחירה, [[שית:Meiri_on_Pesachim/115a|פסחים, קטו.]]; {{טור|אורח חיים|תעה}}.}}, און אזוי ווערט גע'פסק'ענט. אויך איז פארהאן א מחלוקה צי מען דארף טינקען די מצה אין זאלץ, ווי ברויט אגאנץ יאר. אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'ענט צו טינקען, אבער דער [[רמ"א]] זאגט אז די מנהג איז נישט צו טינקען{{הערה|שם=תעה}}.
=== הסיבה ===
דער מצה דארף ווערן געגעסן אנגעלאנט - "בהסיבה", צו ווייזן פרייהייט{{הערה|{{בבלי|פסחים|קח|א}}}}, און אויב האט מען געגעסן אן הסיבה דארף מען איבער עסן{{הערה|[[פסקי הרא"ש]], פסחים [[s:רבינו_אשר_על_הש"ס/פסקי_הרא"ש/פסחים/פרק_י#סימן_כ|פרק י' סימן כ']]; {{שלחן ערוך|אורח חיים|תעב|ז}}.}}. היינטיגע צייטן, וויבאלד טייל ראשונים האלטן אז עס גייט נישט אן הסיבה ווייל עס איז נישט די שטייגער צו עסן אזוי{{הערה|{{היברובוקס|2=ראבי"ה|3=14535|page=159|לינק טעקסט=פסחים תקכה}}}}, זאגט דער רמ"א מען זאל איבער עסן אן א ברכה.
== ערב פסח ==
עס איז אסור צו עסן מצה ערב פסח{{הערה|{{רי"ף|פסחים|טז|א}}. זעט {{ויקיסוגיה|אכילת מצה בערב פסח}}.}}. דער מקור איז א ירושלמי וואס ברענגט בשם רבי לוי אז אויב איינער עסט מצה ערב פסח איז עס כבא על ארוסתו בבית חמיו, וואס באקומט מלקות{{הערה|{{ירושלמי|פסחים|י|א}}}}. די סיבות דערפאר זענען: כדי עס זאל זיין א היכר צווישן דעם עסן פאר פסח און דעם עסן לשם מצווה ביי דער סדר נאכט{{הערה|{{רמב"ם|חמץ ומצה|ו|יב}}}}; כדי די מצה זאל זיין מער באליבט ווען מען עסט עס ביי דער סדר נאכט{{הערה|[[שית:Halakhot_Gedolot.11.6|בה"ג, סי' יא, הל' פסח פרק כל שעה עמ' קעג]]}} און מען זאל עס דאן עסן לתיאבון{{הערה|{{בבלי|פסחים|יג|א|מפרש=מאירי|ד"ה=זהו}} ושו"ע}}; און כדי נישט צו אויסזען ווי א פרעסער פאר די צייט{{הערה|[https://beta.hebrewbooks.org/reader/reader.aspx?sfid=40704#p=258 תוס' הר"ש משאנץ], לבוש י"א}}.
 
פארהאן עטליכע מיינונגען איבער ווען דער איסור הייבט זיך אן: פון ליל י"ד{{הערה|ארחות חיים, חמץ ומצה קיד}}, עלות השחר{{הערה|מהר"ם חלאוה, מגיד משנה בדעת הרמב"ם, תשב"ץ ג סי' רס, רמ"א, {{שוע הרב||תעא|ד}} וכן מוסכם על רוב האחרונים.}} (אזוי ווערט גע'פסק'נט), סוף פערטע שעה{{הערה|רא"ש}}, אדער חצות היום{{הערה|רז"ה}}. טייל האבן זיך אבער געהיט נישט צו עסן מצה שוין פון ראש חודש ניסן{{הערה|1=חק יעקב שם; משנה ברורה שם}} אדער דרייסיג טעג פאר פסח{{הערה|1=שערי הלכה ומנהג (חב"ד) ח"ב סי' קצ; רמ"מ שניאורסאון, [https://chabadlibrary.org/books/1200820328 אגרות קודש ח, ב'תקע"ב]; שו"ת אגרות משה חאו"ח ח"א סי' קנה}}. דער איסור גייט אויך אן אויף מצה וואס איז געמאכט מיט וויין אדער אויל אויב עס האט נאך די צורה פון מצה.
==חשיבות און קדושה==
דער חתם סופר באטאנט ווי ספּעציעל די מצוה איז, און דערפאר דארף מען מקפיד זיין אין אירע הלכות: "די מצות עשה פון עסן געהיטענעם מצה פּסח ביינאכט איז די איינציגסטע וואס בלייבט ביי אונז פון אלע מצוות פון עסן אין דער גאנצער תורה. מיר האָבן נישט קיין קרבן פּסח, קיין קדשים, קיין תרומה, און קיין מעשר שני, נאר איין מצוה פון יאר צו יאר..."{{הערה|שו”ת חתם סופר, {{שיתופתא|Responsa_Chatam_Sofer%2C_Choshen_Mishpat.196|חושן משפט, השמטות, סימן קצ”ו}}}}. זיין שווער, [[רבי עקיבא אייגער]], שרייבט אויך ווי מען דארף זיך פרייען צו די מצוה{{הערה|1={{אוצר החכמה|2=פסקים ותקנות|3=795|page=70|4=סי' יח}}}}, און נישט קארגן אויף די שיעור{{הערה|1={{אוצר החכמה|2=מכתבי רבי עקיבא איגר|3=11041|page=34|שנת הוצאה=תשכ"ט|עמ=כב|4=מכתב יב}}}}. דער של"ה שרייבט, אז חסידים ואנשי מעשה פלעגן קושן די מצה ביים סדר{{הערה|{{ספריא|רבי ישעיה הורוויץ|שני לוחות הברית, עשרת הדברות, מסכת פסחים, נר מצוה|Shenei_Luchot_HaBerit%2C_Aseret_HaDibrot%2C_Pesachim%2C_Ner_Mitzva.66}}}}. דער גר"א האט "זייער מחבב געווען דאס עסן מצה אלע זיבן טעג"{{הערה|[[שית:Maaseh_Rav.185|מעשה רב, סי' קפה]]}}. דער רוקח שרייבט אז דער וואס עסט מצה כהלכה אין די זיבן טעג ווערט א שותף צו הקב"ה אין מעשה בראשית.


עס זענען פארהאן פארשידענע סגולות וואס ווערן צוגעשריבן צו אכילת מצה אום פסח, ווי למשל רפואה, אמונה און טהרה. דער זוהר שרייבט וועגן מצה אז דאס איז "מיכלא דאסוותא" - א מאכל וואס היילט, און "דאיהי אסוותא, למיעל ולמנדע ברזא דמהימנותא"{{הערה|{{זוהר|ב|קפג|ב}}.}} – א מאכל וואס ווארצלט אמונה אין הארץ. עס שטייט אויך אין זוהר, אז אכילת מצה רייניגט די נשמת ישראל פון יעדן שמוץ און פגם, און נישט נאר פאר עבירות פון עבר, נאר עס איז אויך בכח צו רייניגן די נשמה פארן עתיד.


==ביבליאגראפיע==
*ר' יעקב וויינגארטן, מחזור המפורש - פסח, תשע"ט, מבוא, זז' 91–96
*{{מיקרופדיה}}
*{{ויקיסוגיה|מצות אכילת מצה}}
*{{ויקישיבה}}


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
שורה 66: שורה 114:


{{חג הפסח}}
{{חג הפסח}}
{{ספר שמות}}
{{תרי"ג מצוות}}
{{תרי"ג מצוות}}
{{הבהרה הלכתית}}


[[:קאטעגאריע|קאטעגאריע]]
[[קאַטעגאָריע:פסח]]
[[קאַטעגאָריע:פרשת בא]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]


[[HE:אכילת מצה]]
[[HE:אכילת מצה]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 14:47, 6 מאי 2025

אכילת מצה
מצוַת עשה
א האנט מצה
א האנט מצה
דינים
מצווים אלע אידן
תקופה אלעמאל (גייט אן בזמן הזה)
מקום איבעראל
בין אדם למקום
מוני המצוות
ספר המצוות להרמב"ם ספר המצוות, עשה קנ"ח
ספר החינוך ספר החינוך, מצוה י'
יראים ספר יראים, סימן צ
סמ"ג סמ"ג עשה מ'
סמ"ק סמ"ק, סימן ריט
די מצוה אין ספר מצוות ה', אויף דעת זייטל
מקורות
מקרא שמות יב, יח
תלמוד בבלי פסחים קכ, א
משנה תורה הלכות חמץ ומצה, פרק ו'
הלכות חמץ ומצה, פרק ח'
שולחן ערוך אורח חיים, תעה, סעיף א

אכילת מצה איז א מצות עשה מדאורייתא צו עסן כאטש א כזית מצה די ערשטע נאכט פסח - ט"ו ניסן, ווי עס שטייט אין די תורה (שמות יב, יח): " בָּרִאשֹׁן בְּאַרְבָּעָה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁ בָּעֶרֶב תֹּאכְלוּ מַצֹּת", און מען מאכט דערויף די ברכה "על אכילת מצה". די מצוה איז א זכר צו די מצות וואס בני ישראל האבן געגעסן ווען זיי זענען ארויס פון מצרים. לויט טייל פוסקים איז א מצוה צו עסן מצה אויך די איבריגע טעג פסח, כאטש נישט א חיוב און מען מאכט נישט דערויף קיין ברכה.

מקור און חיוב

אין ספר שמות, קאַפּיטל י"ב, ווערט עטליכע מאל דערמאנט דער חיוב פון עסן מצה אין פסח: וְאָכְלוּ אֶת הַבָּשָׂר בַּלַּיְלָה הַזֶּה צְלִי אֵשׁ וּמַצּוֹת עַל מְרֹרִים יֹאכְלֻהוּ ("און זיי זאלן עסן דאס פלייש אין דער דאזיגער נאכט, געבראטן אויפן פייער; מיט מצות און מרור זאלן זיי עס עסן", פסוק ח'); שִׁבְעַת יָמִים מַצּוֹת תֹּאכֵלוּ ("זיבן טעג זאָלט איר עסן מצות", פסוק ט"ו); בָּרִאשֹׁן בְּאַרְבָּעָה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁ בָּעֶרֶב תֹּאכְלוּ מַצֹּת עַד יוֹם הָאֶחָד וְעֶשְׂרִים לַחֹדֶשׁ בָּעָרֶב ("אין ערשטן חוֹדש, אין פערצנטן טאג אין חודש אין אוונט, זאלט איר עסן מצות, ביזן איין און צוואנציגסטן טאג אין חוֹדש אין אוונט", פסוק י"ח); בְּכֹל מוֹשְׁבֹתֵיכֶם תֹּאכְלוּ מַצּוֹת (פסוק כ'). אין ספר דברים, קאַפּיטל ט"ז ווערט ווידער דערמאנט דער מצוה צוויי מאל: לֹא תֹאכַל עָלָיו חָמֵץ שִׁבְעַת יָמִים תֹּאכַל עָלָיו מַצּוֹת לֶחֶם עֹנִי ("זאלסט נישט עסן דערביי חמץ; זיבן טעג זאלסטו עסן דערביי מצות, ארעמע ברויט", פסוק ג'); שֵׁשֶׁת יָמִים תֹּאכַל מַצּוֹת וּבַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי עֲצֶרֶת לַד' אֱלֹקֶיךָ ("זעקס טעג זאלסטו עסן מצות, און אויפן זיבעטן טאג זאל זיין אַן איינזאמלונג צו ה' דיין ג-ט", פסוק ח'). חז"ל לערנען ארויס פון די אלע פסוקים פארשידענע דינים אין די מצוה.

עס איז פארהאן אן איינצלנע שיטה פון רב אחא בר יעקב, וואס האלט אז דאס עסן מצה בזמן הזה איז בלויז א דרבנן אזוי ווי מרור, וויבאלד מדאורייתא גייען די ביידע צוזאמען מיט עסן קרבן פסח, ווי עס שטייט "ואכלו את הבשר … ומצות על מרורים יאכלוהו". למעשה נעמען מיר אן ווי רבא אז "מצה בזמן הזה דאורייתא" צוליב עטליכע טעמים: 1) וויבאלד עס שטייט "בערב תאכלו מצות"[1]. 2) וויבאלד עס שטייט "לא תאכל עליו חמץ, שבעת ימים תאכל עליו מצות", גלייכט מען צו מצה צו חמץ, פונקט ווי חמץ איז אסור אויך היינט, איז א חיוב היינט צו עסן מצה[2]. 3) עס איז א ריבוי פון די פסוק "בכל מושבותיכם תאכלו מצות"[3].

די איבריגע טעג פסח

כאטש וואס אין די פסוקים שטייט מען זאל עסן מצה אלע זיבן טעג פסח ("שבעת ימים מצות תאכלו", "עד יום האחד ועשרים לחודש"), לערנען חז"ל ארויס פונעם פסוק "ששת ימים תאכל מצות וביום השביעי עצרת" אז "פונקט ווי די זיבעטע טאג איז א רשות, זענען אויך די זעקס טעג א רשות", און אויב וויל מען עסן ברויט קען מען עסן מצה אנשטאט חמץ וואס איז נישט ערלויבט, און נאר אויף דער ערשטער נאכט פון פסח (און אין חוץ לארץ, אויך די צווייטע נאכט), די סדר נאכט, איז דא א חיוב צו עסן מצה, וויבאלד עס שטייט "בערב תאכלו מצות"[1]. דער אבן עזרא לערנט "על דרך הפשט" אז עסן מצה איז יא א חיוב אלע זיבן טעג[4].

אנדערע מפרשי התורה שמועסן אויס אז ס'איז טאקע נישט קיין חיוב די איבריגע זעקס טעג פון פסח, אבער עס איז פארט א מצוה[5]. אזוי ווערט אויך געברענגט בשם די גר"א, וועלכער זאגט אז עס ווערט נאר אנגערופן רשות לגבי דעם ערשטן נאכט וואס איז א חיוב[6]. אזוי איז אויך משמע פון עטליכע ראשונים[7]. פון אנדערע פוסקים ווייזט אבער אויס אז מען איז נישט מקיים א מצות עשה די איבריגע טעג[8].

עס זענען געווען אייניגע קהילות ווי מען האט זאגאר געמאכט א ברכה 'על אכילת מצה' אלע זיבן טעג[9]; דער פירונג ווערט דעבאטירט דורך דער שדי חמד[10], און ווערט שארף קריטיקירט דורך דער מהרש"ם פון ברעזשאן[11].

פון די אנדערע זייט איז דא א מנהג בכלל נישט צו עסן קיין מצה אין די איבריגע טעג, בלויז די מחיוב'דיגע כזיתים[12], און אזוי האבן זיך געפירט עטליכע צדיקים[13]. דער מונקאטשער רב פּראטעסטירט אבער דעם מנהג[14].

טעם

דער טעם פונעם מצוה איז צו געדענקען די ניסים וואס גאט האט געטון מיט די אידן ביים זיי ארויסנעמען פון מצרים, ווען "זייער טייג האט נישט עספּיעט זיך צו יערן און ווערן חמץ איידער דער באשעפער האט זיך צו זיי באוויזן און זיי אויסגעלייזט"[15]. אויך איז דער מצה "לחם עוני" ברויט פון א ארעמאן, צו דערמאנען דעם שווערן לעבן אין מצרים[16].   די מצה סימבאליזירט אויך עניוות (באשיידנקייט), אין קעגנזאץ צו חמץ וואס סימבאליזירט גאוה (שטאלץ)[17]. אויך ווערט געזאגט אז די מצה איז מרמז מידת הרחמים[18].

באפוילענע

אלע אידן זענען מחויב מיט די מצוה, אויך פרויען, כאטש עס איז א מצות עשה שהזמן גרמא, וויבאלד עס ווערט צוגעגליכן צום איסור פון עסן חמץ[19]. אויך קנעכט, וועלכע האבן די זעלבע חיובים ווי פרויען, זענען מחויב. מען איז מחויב צו מחנך זיין קטנים וואס קענען שוין עסן א כזית מצה צו עסן[20], כאטש זיי פארשטייען נאכנישט די ענין פון די מצוה[21]. עס איז פארהאן א שיטה פון רב זעירא אין ירושלמי אז די חיוב פון פרויען ביי מצה איז געוואנדן אין א מחלוקת תנאים צי זיי זענען מחויב מיט קרבן פסח[22].

פאר אלטע און קראנקע לייט קען מען ווייקן די מצה עס צו אפווייכן, אבער עס טאר נישט זיין אינגאנצן צוגעגאנגען[20][23].

דער מצה

דער מצה מיט וואס מען איז יוצא דער מצוה דארף זיין "שמורה מצה" – אפגעהיטן פון ווערן חמץ פון די צייט וואס מען האט עס געשניטן אדער געמאלן, און געבאקן "לשם מצת מצוה" – מיט'ן כוונה פאר די מצה וואס מען עסט ביי דער סדר נאכט[24], וויבאלד עס שטייט "וּשְׁמַרְתֶּם אֶת הַמַּצּוֹת"[25]. וויבאלד עס דארף זיין געבאקן לשמה, זענען פארהאן אחרונים וואס פסק'ען אז מען קען נישט יוצא זיין די מצוה מיט מאשין מצה - אויסער די חששות פון חמץ, וויבאלד עס ווערט געמאכט פון זיך אליין[26]. אנדערע האלטן אבער אז עס הייסט יא לשמה דורך דער מענטש וואס אפערירט דעם מאשין און נאך טעמים[27]. טייל פירן זיך צו ניצן מצה געבאקן מיט מעל וואס איז האנט-געמאלן - "רחיים של יד"[28].

דער מצה ווערט אנגערופן "לחם" - ברויט, און דערפאר דארף עס זיין געקנעטן ווי א טייג (בלִילה עבה), פון איינע פון די חמשת מיני דגן, און געבאקן אין אויוון.

עס דארף זיין אין די אייגנטומערשאפט פון דער וואס עסט דאס, דערפאר איז מען נישט יוצא מיט א גע'גנב'עטע מצה[29], אדער מצה פון טבל, אדער תרומה פאר א זר (נישט א כהן)[30]. ווען געסט עסן ביי א בעל הבית ביי דער סדר נאכט, איז פארהאן א דיון צי די מצה ווערט גערעכנט פאר זייערס כדי זיי זאלן קענען יוצא זיין ידי חובת המצוה, וויבאלד עס איז אין דער בעלות פון דעם גאסט-געבער. עס ווערט אנגענומען אז וויבאלד דער בעל הבית גיט רשות צו עסן, איז עס גענוג[31].

אין פארשידענע פלעצער, ספעציעל אין טייל חסידי'שע חצרות, איז געווען דער מנהג צו ניצן פאר די מצוה "ערב פסח מצה" - מצות געבאקן ערב פסח. אנדערע האבן זיך אבער אפגעהאלטן פון באקן מצות ערב פסח, צוליב די איסור פון חמץ נאך חצות[32].

צייט

Postscript-viewer-blue.svg אפיקומן

דער חיוב איז אריגינעל צו עסן מצה צוזאמען מיטן קרבן פסח. ווען עס איז נישטא קיין קרבן פסח איז פארהאן א מחלוקת ראשונים מיט וועלכע מצה פונעם סדר מען איז יוצא די מצוה. אין צייט וואס טייל האלטן אז מען איז יוצא מיט'ן מצה פון אפיקומן[33], האלטן אנדערע אז מען איז יוצא מיט די ערשטע מצה[34].

סוף זמן אכילה

דער מחלוקת תנאים ביי קרבן פסח

ביי קרבן פסח איז דא א מחלוקת צווישן רבי עקיבא און רבי אלעזר בן עזריה. לויט רבי אלעזר בן עזריה איז דער צייט פון עסן דעם קרבן פסח נאר ביז חצות פונעם סדר נאכט, ווידער לויט רבי עקיבא איז דער צייט פון אכילת קרבן פסח מדאורייתא ביז'ן עלות השחר[35]. לויט אביי איז מעגליך אז רבי עקיבא איז מודה אז מען דארף עסן די קרבן פסח פאר חצות הלילה, אבער נאר מדרבנן "להרחיק את האדם מן העבירה" - צו דערווייטערן דעם מענטש פון עובר זיין און עסן נאכ'ן עלות[36]. אזוי פסק'נט אויך דער רמב"ם[37]: "כבר ביארנו בכמה מקומות שאין הפסח נאכל אלא עד חצות כדי להרחיק מן העבירה, ודין תורה שיאכל כל הלילה עד שיעלה עמוד השחר."

ביי אכילת מצה

אין מסכת פסחים[38] זאגט רבא אז לויט רבי אלעזר בן עזריה דארף מען אויך היינטיגע צייטן עסן די מצה פאר חצות, כאטש עס איז שוין נישטא קיין קרבן פסח.

הלכה למעשה

לויט תוספות איז די הלכה ווי רבי אלעזר בן עזריה[39]. דאקעגן דער רמב"ם שרייבט אז מען קען יוצא זיין אכילת מצה די גאנצע נאכט[40], און ביי קרבן פסח פסק'נט ער אויך ווי רבי עקיבא אז די מצוה איז ביזן עלות, נאר חז"ל האבן פארלאנגט צו עסן איידער חצות צו דערווייטערן דעם מענטש פון אן עבירה. עס איז פארהאן א מיינונגס פארשידנהייט אין די שיטה פונעם רמב"ם: לויט'ן פרי חדש דארף מען לכתחילה אויך עסן מצה בעפאר חצות, פונקט ווי דעם קרבן פסח (מדרבנן)[41], ווידער לויט רבינו מנוח איז די גזירה נאר ביים קרבן פסח, וואס אויב ער וועט עס עסן נאכן עלות וועט ער עובר זיין אן איסור כרת (צוליב נותר).

אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'נט אז אויך די אפיקומן דארף מען עסן נאך פאר חצות[42], און דער משנה ברורה לייגט צו אז פאר די ערשטע כזית דארף מען גאר שטארק נזהר זיין עס זאל געגעסן ווערן פאר חצות, און אויב מען האט פארשפעטיגט זאל מען עסן אן א ברכה[43].

סדר פון עסן

פרוסה

דער מצה דארף זיין א "פרוסה" - צעהאלבט, ווי דער שטייגער פון אן ארעמאן[44], וויבאלד עס ווערט אנגערופן "לחם עוני[45]". עס זענען פארהאן דריי שיטות איבער דעם צעבראכענעם מצה:

  • אנשטאט די צוויי גאנצע ברויט פאר לחם משנה ווי א געווענליכע שבת און יום טוב, נעמט מען א גאנצע מיט א האלבע[46][47].
  • אויסער די צוויי גאנצע מצות פאר לחם משנה לייגט מען צו א דריטע, האלבע[48][49].
  • נאר אויב די סדר נאכט געפאלט אום שבת דארף מען צוויי גאנצע און דערויף א האלבע[50].

אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'ענט מען זאל נעמען א פרוסה אויסער צוויי שלימים[51].

ברכה

איידער מען עסט דעם מצה מאכט מען צוויי ברכות: המוציא און אשר קדשנו ... וציונו "על אכילת מצה". עס זענען פארהאן עטליכע שיטות אויף וועלכע מצה מען מאכט וועלכע ברכה:

  • מען מאכט המוציא אויף די גאנצע, און על אכילת מצה אויף די פרוסה און דאן עסט מען א שטיקל פון ביידע. אדער וויבאלד המוציא דארף זיין אויף צוויי שלימים, ווי יעדע שבת און יום טוב[49]; אדער, כאטש מען איז יוצא די עיקר מצוה מיטן האלבן, קען מען נישט מאכן ביידע ברכות דערויף, צוליב דעם כלל פון אין עושין מצוות חבילות חבילות - אז מען טאר נישט יוצא זיין מערערע מצוות אויפאיינמאל[44.1].
  • מען מאכט ביידע ברכות אויפ'ן האלבן צו מקיים זיין לחם עוני מיט א פרוסה, און עס איז נישטא דערביי דער פראבלעם פון "חבילות חבילות" וויבאלד די המוציא איז א ברכת הנהנין און הייסט נישט ווי א באזונדערע מצוה[44.2].
  • המוציא אויפ'ן האלבן און על אכילת מצה אויפ'ן גאנצע[52], וויבאלד די עיקר מצוה איז די פרוסה מאכט מען דערויף המוציא, אבער צוליב "חבילות חבילות", מאכט מען אכילת מצה אויף די גאנצע[53].

כדאי יוצא צו זיין אלע שיטות פסק'ענט דער שולחן ערוך[51] צו לייגן די פרוסה צווישן די צוויי שלימים, און מאכן דערויף ביידע ברכות[54], און עסן א כזית סיי פון די אויבערשטע גאנצע און סיי פון די מיטלסטע האלבע. דער ביאור הלכה ווינדערט זיך אבער אויף דעם הארבן פסק[55].

דער שיעור

דער שיעור פון מצוות מצה איז א כזית[56][40]. מען קען עסן די כזית דורכאויס די צייט-אפשניט וואס ווערט גערופן 'כדי אכילת פרס' (צווישן 3 און 9 מינוט, געוואנדן אין שיטות), אבער לכתחילה דארף מען עסן די גאנצע כזית אויפאמאל[57]. די צווייטע כזית, וואס מען עסט כדי יוצא צו זיין אלע פריער-דערמאנטע שיטות, קען מען לכתחילה עסן דורכאויס כדי אכילת פרס[58].

טינקען

דער רמב"ם זאגט מען זאל טינקען דעם מצה אין חרוסת[47.1], אלס זכר צו די ליים מיט וואס די אידן האבן געארבעט אין מצרים. רוב אנדערע ראשונים און פוסקים קריגן דערויף[59], און אזוי ווערט גע'פסק'ענט. אויך איז פארהאן א מחלוקה צי מען דארף טינקען די מצה אין זאלץ, ווי ברויט אגאנץ יאר. אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'ענט צו טינקען, אבער דער רמ"א זאגט אז די מנהג איז נישט צו טינקען[51].

הסיבה

דער מצה דארף ווערן געגעסן אנגעלאנט - "בהסיבה", צו ווייזן פרייהייט[60], און אויב האט מען געגעסן אן הסיבה דארף מען איבער עסן[61]. היינטיגע צייטן, וויבאלד טייל ראשונים האלטן אז עס גייט נישט אן הסיבה ווייל עס איז נישט די שטייגער צו עסן אזוי[62], זאגט דער רמ"א מען זאל איבער עסן אן א ברכה.

ערב פסח

עס איז אסור צו עסן מצה ערב פסח[63]. דער מקור איז א ירושלמי וואס ברענגט בשם רבי לוי אז אויב איינער עסט מצה ערב פסח איז עס כבא על ארוסתו בבית חמיו, וואס באקומט מלקות[64]. די סיבות דערפאר זענען: כדי עס זאל זיין א היכר צווישן דעם עסן פאר פסח און דעם עסן לשם מצווה ביי דער סדר נאכט[65]; כדי די מצה זאל זיין מער באליבט ווען מען עסט עס ביי דער סדר נאכט[66] און מען זאל עס דאן עסן לתיאבון[67]; און כדי נישט צו אויסזען ווי א פרעסער פאר די צייט[68].   פארהאן עטליכע מיינונגען איבער ווען דער איסור הייבט זיך אן: פון ליל י"ד[69], עלות השחר[70] (אזוי ווערט גע'פסק'נט), סוף פערטע שעה[71], אדער חצות היום[72]. טייל האבן זיך אבער געהיט נישט צו עסן מצה שוין פון ראש חודש ניסן[73] אדער דרייסיג טעג פאר פסח[74]. דער איסור גייט אויך אן אויף מצה וואס איז געמאכט מיט וויין אדער אויל אויב עס האט נאך די צורה פון מצה.

חשיבות און קדושה

דער חתם סופר באטאנט ווי ספּעציעל די מצוה איז, און דערפאר דארף מען מקפיד זיין אין אירע הלכות: "די מצות עשה פון עסן געהיטענעם מצה פּסח ביינאכט איז די איינציגסטע וואס בלייבט ביי אונז פון אלע מצוות פון עסן אין דער גאנצער תורה. מיר האָבן נישט קיין קרבן פּסח, קיין קדשים, קיין תרומה, און קיין מעשר שני, נאר איין מצוה פון יאר צו יאר..."[75]. זיין שווער, רבי עקיבא אייגער, שרייבט אויך ווי מען דארף זיך פרייען צו די מצוה[76], און נישט קארגן אויף די שיעור[77]. דער של"ה שרייבט, אז חסידים ואנשי מעשה פלעגן קושן די מצה ביים סדר[78]. דער גר"א האט "זייער מחבב געווען דאס עסן מצה אלע זיבן טעג"[79]. דער רוקח שרייבט אז דער וואס עסט מצה כהלכה אין די זיבן טעג ווערט א שותף צו הקב"ה אין מעשה בראשית.

עס זענען פארהאן פארשידענע סגולות וואס ווערן צוגעשריבן צו אכילת מצה אום פסח, ווי למשל רפואה, אמונה און טהרה. דער זוהר שרייבט וועגן מצה אז דאס איז "מיכלא דאסוותא" - א מאכל וואס היילט, און "דאיהי אסוותא, למיעל ולמנדע ברזא דמהימנותא"[80] – א מאכל וואס ווארצלט אמונה אין הארץ. עס שטייט אויך אין זוהר, אז אכילת מצה רייניגט די נשמת ישראל פון יעדן שמוץ און פגם, און נישט נאר פאר עבירות פון עבר, נאר עס איז אויך בכח צו רייניגן די נשמה פארן עתיד.

ביבליאגראפיע

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 פסחים קכ, א.
  2. רבי יהודה אין פסחים כח, ב.
  3. קידושין לז, ב.
  4. אבן עזרא, שמות יב, טו און כ; יסוד מורא, שער ד. דער אבן עזרא זאגט אז דאס איז אלס זכר צו דעם וואס אידן האבן געגעסן די מצה וואס זיי האבן ארויסגענומען פון מצרים פאר זיבן טעג, זעט ארטיקל מן; ר"י אבן כספי, שמות יב, טו און כ.
  5. אזוי איז משמע אין מכילתא דרבי ישמעאל, מסכתא דפסחא, פרשה י; חזקוני, שמות יב, יח, געברענגט אין שו"ת חתם סופר, יורה דעה, סי' קצא; ר"י אבן כספי, שמות יב, כ.
  6. מעשה רב, סי' קפה; רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין, ערוך השולחן, אורח חיים, סימן תע"ה, סעיף י"ח; משנה ברורה, סימן תע"ה, סעיף קטן מ"ה.
  7. תשובות הרא"ש, כלל כג אות ג; און נאך, זעט רבי שמחה הכהן קוק, מצות אכילת מצה כל שבעת ימי הפסח.
  8. העיטור, עשרת הדברות, הל' מצה ומרור, עמ' קלה; שולחן ערוך, אורח חיים, תעה, סעיף ז; שולחן ערוך הרב, סימן תע"ה, סעיף ל"ב און נאך.
  9. רבי רחמים נסים יצחק פאלאג'י, יפה ללב ב, או"ח תעה, ז.
  10. שדי חמד, מערכת חמץ ומצה, סי' יד, אות י.
  11. תשובות מהרש"ם, חלק א, סי' רט.
  12. שערי תשובה, אורח חיים תס, .
  13. הירצקא גרינפעלד, ‏"מנהג בית ליסקא: נישט עסן מצה אין פסח", קינדערליך, פסח תשע"ז.
  14. רבי חיים אלעזר שפירא, נימוקי אורח חיים, סי' תעה.
  15. הגדה של פסח "פסח מצה ומרור", לויט שמות יב, לט;דברים טז, ג; ספר החינוך, מצוה י'.
  16. רש"י און רמב"ן דברים טז, ג; פנים יפות דברים ו, כ; און נאך .
  17. שו"ת הרדב"ז; ירושלים במועדיה, נבנצל, פסח, עמ' ק.
  18. ראקנטי שמות יב, טו.
  19. פסחים מג, ב.
  20. 20.0 20.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק ו', הלכה י'.
  21. רבי אלעזר רוקח, מעשה רוקח, פרק ז מהלכות חמץ ומצה הלכה ז'
  22. תלמוד ירושלמי, מסכת פסחים, פרק ח', הלכה א'.
  23. שולחן ערוך, אורח חיים, תסא, סעיף ד.
  24. שולחן ערוך הרב, סימן תנ"ג, סעיף י"ד.
  25. שמות יב, יז; פסחים לח, ב.
  26. רבי שלמה קלוגער, שו"ת האלף לך שלמה, השמטות סי' לב; שו"ת מהרש"ם חלק ד', סי' קכט; און נאך.
  27. דברי מלכיאל חלק ד, סימן כ'; און נאך.
  28. זע ביאור הלכה, סימן ת"ס.
  29. פסחים לח, א.
  30. פסחים לה, א.
  31. צבי רייזמאן, אכילת מצה על ידי אורחים בליל הסדר, אויף עולמות, ‏פעברואר 22, 2022.
  32. הרב ישראל יעקב פרבר, הרב יהודה לייב שטיסל, אפיית 'מצות מצוה' בערב פסח – הטעמים, השיטות והמנהגים, אויף דרשו.
  33. רש"י און רשב"ם, פסחים קיט, ב, ד"ה אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן.
  34. פסקי הרא"ש פסחים פרק י סימן לד; לויט איין וועג אין תוספות, פסחים קכ, א, ד"ה באחרונה; ריטב"א, סדר ההגדה.
  35. ברכות ט, א.
  36. זבחים נז, ב.
  37. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קרבן פסח, פרק ח', הלכה ט"ו.
  38. פסחים קכ, ב.
  39. תוספות, מגילה כא, א.
  40. 40.0 40.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק ו', הלכה א'.
  41. פרי חדש אורח חיים סימן תעז.
  42. שולחן ערוך, אורח חיים, תעז, סעיף א.
  43. דארט סעיף קטן ו'.
  44. ברכות לט, ב; פסחים קטו, ב.
    1. לויט איין וועג אין תוספות דארט.
    2. די מיינונג פון רבי מנחם מווינא אין תוספות דארט.
  45. דברים טז, ג.
  46. רי"ף פסחים כה, ב.
  47. משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק ח', הלכה י'.
    1. דארט, הלכה ח'
  48. סדר רב עמרם השלם חלק ב.
  49. 49.0 49.1 רש"י, רשב"ם, פסחים קטז, א; פסקי הרא"ש, פסחים פרק י' סימן ל'.
  50. הלכות גדולות, פסח פרק כל שעה; טור, אורח חיים, סימן תע"ה בשם חילוף מנהגים אלס מנהג פון גאוני בבל; זעט מרדכי מרגליות, החילוקים שבין אנשי מזרח ובני ארץ ישראל, עמ' 133 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  51. 51.0 51.1 51.2 שולחן ערוך, אורח חיים, תעה, סעיף א.
  52. טור, אורח חיים, סימן תע"ה; שבלי הלקט, סימן רי"ח; בשם טייל ראשונים.
  53. בית חדש, אורח חיים, סימן תע"ה; פרי מגדים  - אורח חיים, משבצות זהב, סי' תעה סק"ב.
  54. אין מהרי"ל, סדר ההגדה לא, שטייט מען זאל אויסלאזן די אונטערשטע מצה נאך המוציא און דאן מאכן על אכילת מצה.
  55. ביאור הלכה, תעה.
  56. פסחים מ, א; קח, א; קיט, ב.
  57. תרומת הדשן, סימן קל"ט; געברענגט אין בית יוסף, אורח חיים, סימן תע"ה.
  58. משנה ברורה, סימן תע"ה, סעיף קטן ט'.
  59. השגות הראב"ד, מגיד משנה דארט; מאירי אין בית הבחירה, פסחים, קטו.; טור, אורח חיים, סימן תע"ה.
  60. פסחים קח, א.
  61. פסקי הרא"ש, פסחים פרק י' סימן כ'; שולחן ערוך, אורח חיים, תעב, סעיף ז.
  62. ראבי"ה, פסחים תקכה.
  63. רי"ף פסחים טז, א. זעט ערך "אכילת מצה בערב פסח", אויף ויקיסוגיה.
  64. תלמוד ירושלמי, מסכת פסחים, פרק י', הלכה א'.
  65. משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק ו', הלכה י"ב.
  66. בה"ג, סי' יא, הל' פסח פרק כל שעה עמ' קעג.
  67. מאירי, פסחים יג, א ושו"ע.
  68. תוס' הר"ש משאנץ, לבוש י"א.
  69. ארחות חיים, חמץ ומצה קיד.
  70. מהר"ם חלאוה, מגיד משנה בדעת הרמב"ם, תשב"ץ ג סי' רס, רמ"א, שולחן ערוך הרב, סימן תע"א, סעיף ד' וכן מוסכם על רוב האחרונים.
  71. רא"ש.
  72. רז"ה.
  73. חק יעקב שם; משנה ברורה שם.
  74. שערי הלכה ומנהג (חב"ד) ח"ב סי' קצ; רמ"מ שניאורסאון, אגרות קודש ח, ב'תקע"ב; שו"ת אגרות משה חאו"ח ח"א סי' קנה.
  75. שו”ת חתם סופר, חושן משפט, השמטות, סימן קצ”ו.
  76. פסקים ותקנות, סי' יח (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  77. מכתבי רבי עקיבא איגר, תשכ"ט, עמ' כב, מכתב יב.
  78. רבי ישעיה הורוויץ, ‏שני לוחות הברית, עשרת הדברות, מסכת פסחים, נר מצוה.
  79. מעשה רב, סי' קפה.
  80. ספר הזוהר, חלק ב, דף קפ"ג, עמוד ב'.


תרי"ג מצוות (לויט ספר החינוך)

קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.