רוי:רשב"ם

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי שמואל בן מאיר, רשב"ם (לערך 1089 – לערך 1174; אייניקל (טאָכטער'ס זון) פון רבי שלמה יצחקי (רש"י), מחבר פון פּירושים אויף חומש און טייל ספרים פון תנ"ך, ווי אויך אויף אַ ריי מסכתות אין דער גמרא; געהערט צו די אָנגעזעענסטע מפרשים, און צוזאַמען מיט זיין ברודער, רבינו יעקב תם, האָט ער געהערט צו די ערשטע בעלי-תוספות.

אין זיין פּירוש אויף חומש ווייזט אַרויס דער רשב"ם די נייגונג איינצוטייטשן די פּסוקים לויט פּשט, נישט לויטן דרש פון די מדרשים און דברי אגדה.

וועגן די דאַטעס פון רשב"מ'ס געבורט און טויט זענען פאַרהאַן פאַרשידענע מיינונגען.

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!