רוי:מצה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
א האנטגעבאקענע מצה

אומגעיוירט טייג וואס איז געבאקן הייסט מצה אויף לשון קודש.

באקן מצות

Postscript-viewer-blue.svg מצה בעקעריי

אמאל פלעג מען באקן מצות נאר ביי האנט אבער בערך אין יאר ת"ר האט מען אנגעהויבן צו באקן מצות מיט מאשינען. די ערשטע מאשינען האבן נישט געטויגט, און די "מצות" האבן געהאט א גרויסן חשש חמץ. שפעטער האט מען פארבעסערט די מאשינען, און היינט ווערן געבאקן רוב מצות אויף דער וועלט אין מאשין בעקערייען.

חסידים זענען דאך מקפיד נישט צו עסן מאשין מצות פסח נאר האנט געבאקענע מצות. ס'זענען דא האנט מצה בעקעריי אין פארשיידענע ערטער אין ארץ ישראל, אמעריקע און אייראפע.

מע קען מאכן אסאך מאכלים פון מצה אדער מצה מעל למשל מצה בריי און קניידלעך.

=

  • עס קען זיין מצה וואס איז יא חמץ, אויב מ'האט דאס געלאזט שטיין לענגער ווי דעם שיעור חימוץ.
  • עס קען זיין מצה וואס איז נישט קיין קרעקער רקיקין. ווען דער בית המקדש איז געשטאנען איז געווען איין משפחה פון די כהנים, וועלכע האבן באזיצט א ספעציעלע טאלאנט צו קענען מאכן מצה עטליכע אינטשעס הויך, און עס אזוי אפבאקן, און פון דעם איז געווען די לחם הפנים, וועלכע האבן נישט געטארט זיין חמץ.

ווען עסט מען מצה?

מצה עסט מען פסח אויפדערנאכט ביים סדר, אלס א זכר צו דעם וואס ווען די אידן זענען ארויסגעלאזט געווארן פון פארשקלאפטקייט אין מצרים האט מען נישט געהאט קיין צייט צו זויערן דאס טייג. און די זיבן פאלגנדע טעג אנשטאט ברויט, ווייל פסח טאר מען נישט עסן חמץ.

ביים סדר איז א מצווה צו עסן מצה. דער שלחן ערוך רעכנט אויס פינף כזיתים וואס מען דארף עסן ביים סדר: צוויי פאר מוציא־מצה, איינס פאר כורך, און צוויי צום אפיקומן.

דער טערמין "לחם עוני"

דער אויסדרוק "לחם עוני" (ארעם ברויט אדער ברויט פון פּיין) אין ספר דברים טז, ג ווערט אויסגעטייטשט אויף פארשידענע וועגן[1].

  • א פשוטער פארשטאנד פון די ווערטער "הא לחמא עניא די אכלו אבהתנא בארעא דמצרים" אין דער הגדה איז אז אונזערע עלטערן האבן געגעסן מצה ווען זיי זענען געווען שקלאפן אין מצרים. אבער, דער מקור פאר דעם שטאםט מסתמא נאר פון דער גאונישער תקופה און איז נישט געפונען פריער אין דער משנה, תלמוד אדער מדרש.
  • ר' שמעון זאגט אין סיפרי אז מצה הייסט "לחם עוני" צו געדענקן די צרות וואס מיר האבן געהאט אין מצרים.
  • עס זענען פאראן פארשידענע טייטשן פון "עוני": ארעם ברויט, ברויט וואס ארעמע לייט עסן (צוליב וואס עס קען געמאכט ווערן שנעל אדער מיט פשוטע פראדוקטן), אדער ברויט פון צרה.
  • מאדערנע געלערנטע טייטשן "לחם עוני" אלס ברויט פון נויט צוליב דעם שנעלן ארויסגאנג. זיי זאגן אז עסן דאס נידעריגע קוואליטעט ברויט יעדע יאר וועט דערמאנען דעם נידעריגע קוואליטעט ברויט וואס מען האט געמוזט עסן ווען מען איז ארויס פון מצרים. עס איז נישט פאראן קיין באווייזן אז די בני ישראל האבן געגעסן מצה ווען זיי זענען געווען שקלאפן.
  • אנדערע פארשטאנדן פארבינדן "עוני" מיט צרה אבער נישט דוקא אז מען האט דאס געגעסן ווען מען איז געווען א שקלאף, נאר עס איז א ברויט וואס מען עסט יעצט צו געדענקן די צרות אין מצרים. רש"י טייטשט אז "לחם עוני" דערמאנט די צרות וואס מען האט געהאט אין מצרים.

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!