רוי:מצה בריי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מַצה בריי איז א מאכל וואס אשכנזישע אידן עסן, איבערהויפט פסח. דער מאכל איז געמאכט פון שטיקלעך מצה געפרעגלט מיט אייער.

מען גרייט צו דעם מאכל מיט ווייקן די מצה א קורצע צייט אין וואסער אדער מילך. מען צעברעכט די מצה אויף שטיקלעך און מישט מיט אייער, דערנאך פרעגלט מען דאס אין א פאן מיט פוטער אדער בוימל. (אז מען ווייקט די מצה אין וואסער קען מען פרעגלן אין שמאלץ.)

די פארטיקע מצה בריי זעט אויס ווי א קוכן אדער א גרויסער אמעלעט.

טייל מענטשן עסן מצה בריי מיט צוקער און צימרינג; אנדערע שפריצן ארויף זאלץ און פעפער.

אין א סאך שטובן עס מען מצה-בריי פסח אויף פרישטיק.

די וואס זענען מקפיד נישט צו עסן געבראקטס פסח, מאכן נישט קיין מצה בריי מיט וואסער (אבער אפשר יא מיט מילך).

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!