אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "גרשון"
(פארברייטערט) |
(←ליינט מער: פעלט נישט אויס, נאכדערצו רויט) |
||
(21 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{ | {{דעסקריפציע|עלטסטער זון פון לוי בן יעקב}} | ||
{{פירוש נוסף|דאס=גרשון בן לוי}} | {{פירוש נוסף|דאס=גרשון בן לוי}} | ||
{{אישיות תנ"כית | {{אישיות תנ"כית | ||
שורה 6: | שורה 6: | ||
| געבורט ארט = [[ארץ ישראל]] | | געבורט ארט = [[ארץ ישראל]] | ||
| פטירה ארט = [[מצרים]] | | פטירה ארט = [[מצרים]] | ||
| | | טאטע = [[לוי]] | ||
| קינדער = [[לבני]], [[שמעי]] | | קינדער = [[לבני]], [[שמעי]] | ||
| תקופה = [[גלות מצרים]] | | תקופה = [[גלות מצרים]] | ||
| בתנ"ך = {{תנ"ך|בראשית|מו|יא | | בתנ"ך = {{תנ"ך|בראשית|מו|יא}}; {{תנ"ך|שמות|ו|טז|יז}}; {{תנ"ך|במדבר|ג|יז|יח}}; {{תנ"ך|במדבר|ג|כה|אן=ספר}}; {{תנ"ך|דברי הימים א|ו}}; {{תנ"ך|דברי הימים א|טו|ו|אן=ספר}}; {{תנ"ך|דברי הימים ב|כט|יב}} | ||
}} | }} | ||
'''גֵרְשׁוֹן''' אדער '''גֵּרְשֹׁם'''{{הערה|אזוי ווערט ער אנגערופן אין {{תנ"ך|דברי הימים א|ו}}, אזוי אויך אין [[צוואות השבטים | '''גֵרְשׁוֹן''' אדער '''גֵּרְשֹׁם'''{{הערה|אזוי ווערט ער אנגערופן אין {{תנ"ך|דברי הימים א|ו|לאנג=יא}}, אזוי אויך אין [[צוואות השבטים]], [https://library.alhatorah.org/?r1=Testaments_of_the_Patriarchs_Levi_11 פרק י"א–י"ב]}}, איז געווען דער [[בכור|עלטסטער]] זון פון [[לוי]] בן [[יעקב]]. זיינע ברידער זענען געווען [[קהת]] און [[מררי]], און זיינע זין זענען געווען [[לבני]] און [[שמעי]]. | ||
דער נאמען ווערט גע'דרש'נט אויף דעם וואס זיין משפחה האט געוואוינט ("גר") צו מערב זייט פון משכן, דער ריכטונג פון וואו עס קומען שניי, האגל, קעלט און היץ, וואס די בני גרשון האבן געקענט פארנעמען ווייל זיי זענען געווען שטארק ווי [[ציין]] ("שן"){{הערה|{{מדרש רבה|במדבר|ג|יב}}}}; אדער אויף דעם וואס זיינע אפשטאמיגע האבן געוואוינט אין בית ה' און געלערנט ("שונה") די הלכות פון די עבודה{{הערה|רבי מנחם בן שלמה, {{תנ"ך|בראשית|מו|יא|מפרש=שכל טוב}}}}. לויט א אנגעבליכע צוואה פון לוי איז עס א לשון פון פרעמדע, {{ציטוטון|כי גרים היינו בארצנו}}{{הערה|[https://library.alhatorah.org/?r1=Testaments_of_the_Patriarchs_Levi_11 צוואות השבטים, פרק י"א]}}. פארהאן וואס שפעקולירן אז גרשון איז פון לשון {{ציטוטון|וּמִמֶּגֶד גֶּרֶשׁ יְרָחִים|{{תנ"ך|דברים|לג|יד}}}}, זייענדיג א תפילה אז דער וואס טראגט דעם נאמען זאל האבן שפע{{הערה|{{אוצר החכמה|[[יהודה קיל]]|תנ"ך עם פירוש דעת מקרא|154880|אויף בראשית מו, יא|page=228}}}}. | |||
אין בארג אטוס איז געפונען געווארן א שטיקל פון [[צוואות השבטים|צוואת לוי]], וואו דער געבורט דאטום פון גרשון ווערט אנגעגעבן אלס דער צענטער חודש אין דרייסיגסטן יאר פון זיין טאטן, צוויי יאר נאך זיין חתונה{{הערה|אליה שמואל הרטום, הספרים החיצונים, כרך ה', צוואות בני יעקב, עמ' 142}}. עס איז מסתבר אז אויך ער, ווי זיינע ברידער, איז געבוירן געווארן אין ערשטן טאג פון חודש{{הערה|יונה גרינפילד און מיכאל סטון | אין בארג אטוס איז געפונען געווארן א שטיקל פון [[צוואות השבטים|צוואת לוי]], וואו דער געבורט דאטום פון גרשון ווערט אנגעגעבן אלס דער צענטער חודש אין דרייסיגסטן יאר פון זיין טאטן, צוויי יאר נאך זיין חתונה{{הערה|אליה שמואל הרטום, הספרים החיצונים, כרך ה', צוואות בני יעקב, עמ' 142}}. עס איז מסתבר אז אויך ער, ווי זיינע ברידער, איז געבוירן געווארן אין ערשטן טאג פון חודש{{הערה|{{צ-מאמר|מחבר=יונה גרינפילד און מיכאל סטון|שם=Remarks on the Aramaic Testament of Levi from the Geniza|כתב עת=Revue Biblique|כרך=86, 2|עמ=225|שנת הוצאה=1979|JSTOR=44088465}}}}; דער [[א' טבת|ערשטער טאג פון צענטן חודש]] ווערט באצייכנט ווי א "יום זכרון"{{הערה|[[ספר היובלים]] [http://www.daat.ac.il/daat/hasfarim/hayovlim/6.htm פרק ו']}} און א [[פיר תקופות|יום תקופה]] אין דעם לוח פון די סעקטע אין [[קומראן]]{{הערה|{{צ-מאמר|מחבר=יונתן בן-דב|שם=השנה בת 364 יום במסופוטמיה ובקומראן|כתב עת=מגילות|כרך=א'|שנת הוצאה=ה'תשס"ג|JSTOR=23437816}}}}. | ||
גרשון, ווי די אנדערע קינדער פון לוי, איז געווען א גדול בישראל און א חסיד עליון, פאסיג אז די תורה זאל אים דערמאנען ווי די אבות העולם{{הערה|{{תנ"ך|שמות|ו|יד|מפרש=רמב"ן}}}}, און אלע זיינע אפשטאמיגע האבן זיך גערופן "משפחת הגרשוני" לכבודו{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|כו|נח|מפרש=רמב"ן}}}}. | |||
== בני גרשון == | == בני גרשון == | ||
שורה 22: | שורה 24: | ||
אנדערש ווי די בני [[קהת]] וועלכע האבן געטראגן די [[כלי המשכן]] איבער זייערע אקסלען, האבן זיי זיך באנוצט מיט וואגאנען. זיי האבן באקומען צוגעטיילט צוויי פון די זעקס וואגאנען - געצויגן דורך צוועלף אקסן - וואס די [[נשיאים]] האבן געברענגט ביי די [[קרבנות הנשיאים]]{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|ז|ז}}}}; די איבריגע פיר וואגאנען זענען געגאנגען צו די בני מררי, וועלכע האבן געטראגן א שווערערע לאסט{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|ז|ח}}}}. | אנדערש ווי די בני [[קהת]] וועלכע האבן געטראגן די [[כלי המשכן]] איבער זייערע אקסלען, האבן זיי זיך באנוצט מיט וואגאנען. זיי האבן באקומען צוגעטיילט צוויי פון די זעקס וואגאנען - געצויגן דורך צוועלף אקסן - וואס די [[נשיאים]] האבן געברענגט ביי די [[קרבנות הנשיאים]]{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|ז|ז}}}}; די איבריגע פיר וואגאנען זענען געגאנגען צו די בני מררי, וועלכע האבן געטראגן א שווערערע לאסט{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|ז|ח}}}}. | ||
ווען די אידן האבן גערוהט אין מדבר זענען די בני גרשון געווען אויף די [[מערב]] זייט פון משכן, אין זעלבן ריכטונג פון דגל מחנה [[שבט אפרים|אפרים]]{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|ג|כג}}; {{תנ"ך|במדבר|ב|יח| | די בני גרשון זענען געווען באזונדער אויסגעצייכנט אין [[שירת הלויים|געזאנג]], מער ווי די אנדערע לויים{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|ד|כג|מפרש=העמק דבר}}}}. [[רבי אברהם אבן עזרא]] דערמאנט אז די בני גרשון האבן אויך געמאכט דעם [[לחם הפנים]] אין מדבר{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|ג|כד|מפרש=אבן עזרא}}. שפעטער איז דאס געווען די אויפגאבע פון די בני קהת ({{תנ"ך|דברי הימים א|ט|לב}})}}. | ||
ווען די אידן האבן גערוהט אין מדבר זענען די בני גרשון געווען אויף די [[מערב]] זייט פון משכן, אין זעלבן ריכטונג פון דגל מחנה [[שבט אפרים|אפרים]]{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|ג|כג}}; {{תנ"ך|במדבר|ב|יח|אן=ספר}}}}. ביי די מסעות זענען זיי געגאנגען צוזאמען מיט די בני מררי טראגנדיג דעם משכן, נאך דגל מחנה [[שבט יהודה|יהודה]] און בעפאר דגל מחנה [[שבט ראובן|ראובן]]{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|י|יד|יח}}}}. | |||
ביים צעטיילן [[ארץ ישראל]], האבן די בני גרשון באקומען דרייצן [[ערי הלויים|שטעט]], אינערהאלב די נחלות פון [[חצי שבט המנשה]] אין [[עבר הירדן]], און פון [[שבט יששכר|יששכר]] און [[שבט אשר|אשר]] און [[שבט נפתלי|נפתלי]] אין ארץ ישראל זעלבסט{{הערה|{{תנ"ך|יהושע|כא|כז}}; {{תנ"ך|דברי הימים א|ו|מז}}}}. דאס האט זיי געשטעלט ביים [[צפון]] שפיץ פון ביידע זייטן פון [[ירדן טייך|ירדן]]. | ביים צעטיילן [[ארץ ישראל]], האבן די בני גרשון באקומען דרייצן [[ערי הלויים|שטעט]], אינערהאלב די נחלות פון [[חצי שבט המנשה]] אין [[עבר הירדן]], און פון [[שבט יששכר|יששכר]] און [[שבט אשר|אשר]] און [[שבט נפתלי|נפתלי]] אין ארץ ישראל זעלבסט{{הערה|{{תנ"ך|יהושע|כא|כז}}; {{תנ"ך|דברי הימים א|ו|מז}}}}. דאס האט זיי געשטעלט ביים [[צפון]] שפיץ פון ביידע זייטן פון [[ירדן טייך|ירדן]]. | ||
אין די שפעטערע דורות, ווערט דערמאנט הונדערט און דרייסיג פון די בני גרשון וועלכע האבן ארויפגעברענגט דעם [[ארון הברית]] קיין [[ירושלים]]{{הערה|{{תנ"ך|דברי הימים א|טו|ו}}}}. אן אייניקל פון גרשון, [[אסף בן ברכיהו]], איז געווען א [[משורר]] אין די צייטן פון [[דוד המלך]]{{הערה|{{תנ"ך|דברי הימים א|ו|כד}}}}. די בני גרשון ווערן אויסגערעכנט צווישן די לויים וועלכע האבן גערייניגט דעם [[בית המקדש]] אויפן באפעל פון [[חזקיהו]]{{הערה|{{תנ"ך|דברי הימים ב|כט|יב | אין די שפעטערע דורות, ווערט דערמאנט הונדערט און דרייסיג פון די בני גרשון וועלכע האבן ארויפגעברענגט דעם [[ארון הברית]] קיין [[ירושלים]]{{הערה|{{תנ"ך|דברי הימים א|טו|ו}}}}. אן אייניקל פון גרשון, [[אסף בן ברכיהו]], איז געווען א [[משורר]] אין די צייטן פון [[דוד המלך]]{{הערה|{{תנ"ך|דברי הימים א|ו|כד}}}}. די בני גרשון ווערן אויסגערעכנט צווישן די לויים וועלכע האבן גערייניגט דעם [[בית המקדש]] אויפן באפעל פון [[חזקיהו]]{{הערה|{{תנ"ך|דברי הימים ב|כט|יב}}}}. | ||
== רעפערענצן == | == רעפערענצן == | ||
שורה 39: | שורה 39: | ||
{{אילן יוחסין של דמויות ספר בראשית}} | {{אילן יוחסין של דמויות ספר בראשית}} | ||
[[ | [[קאטעגאריע:פערזאנען אין ספר בראשית]] | ||
[[ | [[קאטעגאריע:לויים אין תנ"ך]] | ||
[[ | [[קאטעגאריע:פרשת נשא]] | ||
[[ | [[קאטעגאריע:יורדי מצרים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | |||
[[HE:גרשון]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 13:13, 31 מאי 2024
געבורט | ארץ ישראל |
---|---|
פטירה | מצרים |
כינוי | גרשום |
טאטע | לוי |
קינדער | לבני, שמעי |
תקופה | גלות מצרים |
בתנ"ך | בראשית מו, יא; שמות ו, טז–יז; במדבר ג, יז–יח; ג, כה; דברי הימים א' ו; טו, ו; דברי הימים ב' כט, יב |
גֵרְשׁוֹן אדער גֵּרְשֹׁם[1], איז געווען דער עלטסטער זון פון לוי בן יעקב. זיינע ברידער זענען געווען קהת און מררי, און זיינע זין זענען געווען לבני און שמעי.
דער נאמען ווערט גע'דרש'נט אויף דעם וואס זיין משפחה האט געוואוינט ("גר") צו מערב זייט פון משכן, דער ריכטונג פון וואו עס קומען שניי, האגל, קעלט און היץ, וואס די בני גרשון האבן געקענט פארנעמען ווייל זיי זענען געווען שטארק ווי ציין ("שן")[2]; אדער אויף דעם וואס זיינע אפשטאמיגע האבן געוואוינט אין בית ה' און געלערנט ("שונה") די הלכות פון די עבודה[3]. לויט א אנגעבליכע צוואה פון לוי איז עס א לשון פון פרעמדע, ”כי גרים היינו בארצנו”[4]. פארהאן וואס שפעקולירן אז גרשון איז פון לשון ”וּמִמֶּגֶד גֶּרֶשׁ יְרָחִים” (דברים לג, יד), זייענדיג א תפילה אז דער וואס טראגט דעם נאמען זאל האבן שפע[5].
אין בארג אטוס איז געפונען געווארן א שטיקל פון צוואת לוי, וואו דער געבורט דאטום פון גרשון ווערט אנגעגעבן אלס דער צענטער חודש אין דרייסיגסטן יאר פון זיין טאטן, צוויי יאר נאך זיין חתונה[6]. עס איז מסתבר אז אויך ער, ווי זיינע ברידער, איז געבוירן געווארן אין ערשטן טאג פון חודש[7]; דער ערשטער טאג פון צענטן חודש ווערט באצייכנט ווי א "יום זכרון"[8] און א יום תקופה אין דעם לוח פון די סעקטע אין קומראן[9].
גרשון, ווי די אנדערע קינדער פון לוי, איז געווען א גדול בישראל און א חסיד עליון, פאסיג אז די תורה זאל אים דערמאנען ווי די אבות העולם[10], און אלע זיינע אפשטאמיגע האבן זיך גערופן "משפחת הגרשוני" לכבודו[11].
בני גרשון
ביים ציילונג פון אידן אין ספר במדבר, זענען געווען 7500 מענער פון בני גרשון אין עלטער פון א חודש אדער מער[12]. זייער נשיא איז געווען אליסף בן לאל[13]. ווי די אנדערע אפטיילונגען פון שבט לוי, האבן די בני גרשון געהאט די פליכט צו טראגן די הייליגטומען ביי די מסעות אין מדבר. זיי זענען געווען געשטעלט צו טראגן די יריעות המשכן, דער אוהל און צודעק, און דער מסך פתח אוהל מועד. חוץ פון דעם האבן זיי אויך געטראגן די קלעי החצר פון די הויף פון משכן, און דער מסך שער החצר צוזאמען מיט אלע אנדערע כלים און שטריקלעך וואס זענען באנוצט געווארן פאר די קלעים. דאס אלעס האבן געטראגן נאר די מענער אין עלטער פון צווישן דרייסיג און פופציג יאר, וועלכע האבן באטראפן 2630 מענטשן[14]. דער פאראנטווארטליכער איבער זייער לאסט איז געווען איתמר הכהן דער זון פון אהרן הכהן, וואס איז אויך געווען געשטעלט איבער די בני מררי.
אנדערש ווי די בני קהת וועלכע האבן געטראגן די כלי המשכן איבער זייערע אקסלען, האבן זיי זיך באנוצט מיט וואגאנען. זיי האבן באקומען צוגעטיילט צוויי פון די זעקס וואגאנען - געצויגן דורך צוועלף אקסן - וואס די נשיאים האבן געברענגט ביי די קרבנות הנשיאים[15]; די איבריגע פיר וואגאנען זענען געגאנגען צו די בני מררי, וועלכע האבן געטראגן א שווערערע לאסט[16].
די בני גרשון זענען געווען באזונדער אויסגעצייכנט אין געזאנג, מער ווי די אנדערע לויים[17]. רבי אברהם אבן עזרא דערמאנט אז די בני גרשון האבן אויך געמאכט דעם לחם הפנים אין מדבר[18].
ווען די אידן האבן גערוהט אין מדבר זענען די בני גרשון געווען אויף די מערב זייט פון משכן, אין זעלבן ריכטונג פון דגל מחנה אפרים[19]. ביי די מסעות זענען זיי געגאנגען צוזאמען מיט די בני מררי טראגנדיג דעם משכן, נאך דגל מחנה יהודה און בעפאר דגל מחנה ראובן[20].
ביים צעטיילן ארץ ישראל, האבן די בני גרשון באקומען דרייצן שטעט, אינערהאלב די נחלות פון חצי שבט המנשה אין עבר הירדן, און פון יששכר און אשר און נפתלי אין ארץ ישראל זעלבסט[21]. דאס האט זיי געשטעלט ביים צפון שפיץ פון ביידע זייטן פון ירדן.
אין די שפעטערע דורות, ווערט דערמאנט הונדערט און דרייסיג פון די בני גרשון וועלכע האבן ארויפגעברענגט דעם ארון הברית קיין ירושלים[22]. אן אייניקל פון גרשון, אסף בן ברכיהו, איז געווען א משורר אין די צייטן פון דוד המלך[23]. די בני גרשון ווערן אויסגערעכנט צווישן די לויים וועלכע האבן גערייניגט דעם בית המקדש אויפן באפעל פון חזקיהו[24].
רעפערענצן
- ↑ אזוי ווערט ער אנגערופן אין ספר דברי הימים א', קאַפּיטל ו', אזוי אויך אין צוואות השבטים, פרק י"א–י"ב
- ↑ במדבר רבה, פרשה ג', פסקה י"ב
- ↑ רבי מנחם בן שלמה, שכל טוב, בראשית מו, יא
- ↑ צוואות השבטים, פרק י"א
- ↑ יהודה קיל, תנ"ך עם פירוש דעת מקרא, אויף בראשית מו, יא (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
- ↑ אליה שמואל הרטום, הספרים החיצונים, כרך ה', צוואות בני יעקב, עמ' 142
- ↑ יונה גרינפילד און מיכאל סטון, "Remarks on the Aramaic Testament of Levi from the Geniza", Revue Biblique 86, 2, 1979, עמ' 225, JSTOR 44088465
- ↑ ספר היובלים פרק ו'
- ↑ יונתן בן-דב, "השנה בת 364 יום במסופוטמיה ובקומראן", מגילות א', ה'תשס"ג, JSTOR 23437816
- ↑ רמב"ן, שמות ו, יד
- ↑ רמב"ן, במדבר כו, נח
- ↑ במדבר ג, כב
- ↑ במדבר ג, כד
- ↑ במדבר ד, מ
- ↑ במדבר ז, ז
- ↑ במדבר ז, ח
- ↑ העמק דבר, במדבר ד, כג
- ↑ אבן עזרא, במדבר ג, כד. שפעטער איז דאס געווען די אויפגאבע פון די בני קהת (דברי הימים א' ט, לב)
- ↑ במדבר ג, כג; ב, יח
- ↑ במדבר י, יד–יח
- ↑ יהושע כא, כז; דברי הימים א' ו, מז
- ↑ דברי הימים א' טו, ו
- ↑ דברי הימים א' ו, כד
- ↑ דברי הימים ב' כט, יב
דער משכן און זיינע כלים | ||
---|---|---|
געבוי פון משכן | אוהל מועד • חצר המשכן • קרשי המשכן • יריעות המשכן • עמודי המשכן • קלעי החצר • אדני המשכן | |
פירהענג | פרוכת • מסך פתח אוהל מועד • מסך שער החצר | |
כלי המשכן | ארון הברית • כרובים • כפורת • מנורה • שולחן הפנים • מזבח הזהב • מזבח הנחושת • כיור | |
בגדי כהונה | מכנסים • אבנט • כתונת • מצנפת • מעיל • אפוד • חושן • ציץ | |
נושאי המשכן | שבט לוי • גרשון • קהת • מררי | |
ארכיטעקטן פון משכן | בצלאל בן אורי • אהליאב בן אחיסמך | |
משכנות | משכן משה • משכן גלגל • משכן שילה • משכן נוב • משכן גבעון |