אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרשת מסעי"
(דרעפט שאפונג) |
ק (←אריינפיר: הגהה) |
||
| (6 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
| שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|צענטע פרשה פון ספר במדבר}}{{פרשת שבוע | {{דעסקריפציע|צענטע פרשה פון ספר במדבר}}{{פרשת שבוע | ||
| פריערדיגע = פרשת מטות | | פריערדיגע = פרשת מטות | ||
| שורה 22: | שורה 20: | ||
| הפטורה4 = {{תנ"ך|יהושע|יט|נא}} - {{תנ"ך|יהושע|כא|ג|אן=ספר}} | | הפטורה4 = {{תנ"ך|יהושע|יט|נא}} - {{תנ"ך|יהושע|כא|ג|אן=ספר}} | ||
}} | }} | ||
'''{{מנוקד|פרשת מַסְעֵי}}''' איז די צענטע [[סדרה]] פון [[ספר במדבר]], און די 43'סטע פון דער תורה בכלל. די פרשה גייט פון {{תנ"ך|במדבר|לג|א|אן=ספר|לאנג=יא}}, ביז {{תנ"ך|במדבר|לו|יג|אן=ספר|לאנג=יא}}, לויט דער אנגענומענער צעטיילונג פון [[קאפיטלען פון תנ"ך|קאפיטלען]], פארמאגנדיג אינאיינעם 132 פסוקים און אכט פרשיות - זעקס [[פרשה פתוחה|פתוחות]] און צוויי [[פרשה סתומה|סתומות]]. | [[טעקע:מפת ערי הלויים.png|קליין|מאפע פון די [[ערי הלויים]]]] | ||
'''{{מנוקד|פרשת מַסְעֵי}}''' איז די צענטע און לעצטע [[סדרה]] פון [[ספר במדבר]], און די 43'סטע פון דער תורה בכלל. די פרשה גייט פון {{תנ"ך|במדבר|לג|א|אן=ספר|לאנג=יא}}, ביז {{תנ"ך|במדבר|לו|יג|אן=ספר|לאנג=יא}}, לויט דער אנגענומענער צעטיילונג פון [[קאפיטלען פון תנ"ך|קאפיטלען]], פארמאגנדיג אינאיינעם 132 פסוקים און אכט פרשיות - זעקס [[פרשה פתוחה|פתוחות]] און צוויי [[פרשה סתומה|סתומות]]. | |||
אין דער פרשה ווערן אויסגערעכנט די 42 סטאנציעס פון די אידן אין מדבר, און די צוגרייטונגען אריינצוגיין אין ארץ ישראל; דאס אפשיידן די [[ערי הלויים]] און ערי מקלט, און די דינים פון רוצחים; און די ענדע פון | אין דער פרשה ווערן אויסגערעכנט די 42 סטאנציעס פון די אידן אין מדבר, און די צוגרייטונגען אריינצוגיין אין ארץ ישראל; דאס אפשיידן די [[ערי הלויים]] און ערי מקלט, און די דינים פון רוצחים; און די ענדע פון דער געשיכטע פון די [[בנות צלפחד]]. | ||
פרשת מסעי ווערט געליינט צווישן די דאטומען [[כ"ו תמוז]] און [[ב' אב]]. געווענליך ווערט מסעי געליינט אינאיינעם מיט'ן פריערדיגן פרשה - [[פרשת מטות|מטות]]{{ביאור|כדי צו צופאסן די 54 פרשיות צו די מערסטנס 48 שבתים אין א שנה פשוטה אין וועלכע מען ליינט א פרשה, [[ימים טובים]] אויסגעשלאסן, און לויט'ן כלל פון "צומו וצלו"{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תכח|ד}}.}}, אז [[תשעה באב]] (צומו - פאסטן) זאל געפאלן איידער [[פרשת ואתחנן]] (צלו - דאווענען).}}, אויסער אין טייל [[עיבור יאר]]ן (די [[קביעות פון יאר|קביעות]] [[השג יאר|השג]] און [[החא יאר|החא]] (10.53%); אין ארץ ישראל אויך [[בשז יאר|בשז]] און [[גכז יאר|גכז]] (נאך 20.51%)){{ביאור|טייל ספרדי'שע קהלות האבן זיך געפירט אין אזעלכע יארן צו צעטיילן [[פרשת משפטים]] אין צוויי אנשטאט ליינען מטות-מסעי באזונדער{{הערה|זעט מער אין [[פרשת משפטים#cite_note-9|פרשת משפטים - ביאור א]]; און {{היברובוקס|רבי יששכר בן מרדכי אבן סוסאן|תקון יששכר|21647|page=105}} א מנהג צו שטענדיג ליינען מטות-מסעי אינאיינעם}}. ווידער אין געוויסע תימנ'ע קהילות איז געווען א מנהג צו ליינען [[פרשת חקת#באהעפטונג און צעטיילונג|פרשת חקת]] אינאיינעם מיט די דערנעבנדע פרשיות אנשטאט צו פאראייניגן מטות-מסעי{{הערה|רבי יצחק רצאבי, [https://www.maharitz.co.il/?CategoryID=454&ArticleID=12535 חיבור פרשיות חקת ובלק לבני ק"ק תימן], יד מהרי"ץ}}.}}. ווען אינאיינעם באטרעפט די קריאה פון מטות און מסעי 244 פסוקים, די לענגסטע קריאה{{הערה|און ווען עס געפאלט אום א' אב, קומט צו אויך די קריאה פון [[ראש חודש]] - נאך 15 פסוקים.}}. | פרשת מסעי ווערט געליינט צווישן די דאטומען [[כ"ו תמוז]] און [[ב' אב]]. געווענליך ווערט מסעי געליינט אינאיינעם מיט'ן פריערדיגן פרשה - [[פרשת מטות|מטות]]{{ביאור|כדי צו צופאסן די 54 פרשיות צו די מערסטנס 48 שבתים אין א שנה פשוטה אין וועלכע מען ליינט א פרשה, [[ימים טובים]] אויסגעשלאסן, און לויט'ן כלל פון "צומו וצלו"{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תכח|ד}}.}}, אז [[תשעה באב]] (צומו - פאסטן) זאל געפאלן איידער [[פרשת ואתחנן]] (צלו - דאווענען).}}, אויסער אין טייל [[עיבור יאר]]ן (די [[קביעות פון יאר|קביעות]] [[השג יאר|השג]] און [[החא יאר|החא]] (10.53%); אין ארץ ישראל אויך [[בשז יאר|בשז]] און [[גכז יאר|גכז]] (נאך 20.51%)){{ביאור|טייל ספרדי'שע קהלות האבן זיך געפירט אין אזעלכע יארן צו צעטיילן [[פרשת משפטים]] אין צוויי אנשטאט ליינען מטות-מסעי באזונדער{{הערה|זעט מער אין [[פרשת משפטים#cite_note-9|פרשת משפטים - ביאור א]]; און {{היברובוקס|רבי יששכר בן מרדכי אבן סוסאן|תקון יששכר|21647|page=105}} א מנהג צו שטענדיג ליינען מטות-מסעי אינאיינעם}}. ווידער אין געוויסע תימנ'ע קהילות איז געווען א מנהג צו ליינען [[פרשת חקת#באהעפטונג און צעטיילונג|פרשת חקת]] אינאיינעם מיט די דערנעבנדע פרשיות אנשטאט צו פאראייניגן מטות-מסעי{{הערה|רבי יצחק רצאבי, [https://www.maharitz.co.il/?CategoryID=454&ArticleID=12535 חיבור פרשיות חקת ובלק לבני ק"ק תימן], יד מהרי"ץ}}.}}. ווען אינאיינעם באטרעפט די קריאה פון מטות און מסעי 244 פסוקים, די לענגסטע קריאה{{הערה|און ווען עס געפאלט אום א' אב, קומט צו אויך די קריאה פון [[ראש חודש]] - נאך 15 פסוקים.}}. | ||
| שורה 31: | שורה 30: | ||
זייענדיג די לעצטע סדרה וואס שילדערט די געשעענישן פון די אידן אין [[מדבר סיני]], ווערט אין פרשת מסעי אויסגערעכנט די 42 סטאנציעס וואו די אידן האבן געוואנדערט, פון [[יציאת מצרים]] ביז'ן ירדן אין [[ערבות מואב]]{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|לג|א|מט|אן=ספר}}.}}. | זייענדיג די לעצטע סדרה וואס שילדערט די געשעענישן פון די אידן אין [[מדבר סיני]], ווערט אין פרשת מסעי אויסגערעכנט די 42 סטאנציעס וואו די אידן האבן געוואנדערט, פון [[יציאת מצרים]] ביז'ן ירדן אין [[ערבות מואב]]{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|לג|א|מט|אן=ספר}}.}}. | ||
דאן, אין צוגרייטונג צום אריינגיין אין [[ארץ ישראל]], באפעלט גאט משה'ן וויאזוי די אידן זאלן אייננעמען דאס לאנד, אויסרייניגן די געצנדינערישע פעלקער און זייערע עבודה זרות, און צעטיילן די ארבטיילן לויט א גורל. עס ווערט אויסגערעכנט די גרעניצן פון לאנד, און | דאן, אין צוגרייטונג צום אריינגיין אין [[ארץ ישראל]], באפעלט גאט משה'ן וויאזוי די אידן זאלן אייננעמען דאס לאנד, אויסרייניגן די געצנדינערישע פעלקער און זייערע עבודה זרות, און צעטיילן די ארבטיילן לויט א גורל. עס ווערט אויסגערעכנט די גרעניצן פון לאנד, און גא-ט האט באפוילן משה צו שטעלן נשיאים פאר יעדע שבט וואס זאלן שטיין אויף דער צעטיילונג.{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|לג|נ|אן=ספר}}, {{תנ"ך|במדבר|לד|לאנג=יא|אן=ספר}}.}}. | ||
גאט האט באפוילן משה אז די אידן זאלן געבן 48 [[ערי הלויים|שטעט פאר די לויים]], וואס זאלן גלייכצייטיג דינען אלס רעטונגסס-שטעט, וואו א רוצח בשוגג דארף אנטלויפן, און דערמיט זיך ראטעווען פון ווערן גע'הרג'עט דורך די קרובים - גואלי הדם פונעם ערמארדעטן; ווידער א רוצח במזיד ווערט גע'הרג'עט נאכ'ן געברענגט ווערן אין [[בית דין]] מיט [[עדים]]{{הערה|{{תנ"ך| | גאט האט באפוילן משה אז די אידן זאלן געבן 48 [[ערי הלויים|שטעט פאר די לויים]], וואס זאלן גלייכצייטיג דינען אלס רעטונגסס-שטעט, וואו א רוצח בשוגג דארף אנטלויפן, און דערמיט זיך ראטעווען פון ווערן גע'הרג'עט דורך די קרובים - גואלי הדם פונעם ערמארדעטן; ווידער א רוצח במזיד ווערט גע'הרג'עט נאכ'ן געברענגט ווערן אין [[בית דין]] מיט [[עדים]]{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|לה|לאנג=יא|אן=ספר}}.}}. | ||
עס ווערט דאן געשילדערט ווי [[שבט מנשה]] זענען געקומען זיך אפרעדן צו משה, אז ווען די [[בנות צלפחד]] - וועלכע האבן באקומען צוגעטיילט א ירושה אין ארץ ישראל - וועלן חתונה האבן צו מענער פון אנדערע שבטים, | עס ווערט דאן געשילדערט ווי [[שבט מנשה]] זענען געקומען זיך אפרעדן צו משה, אז ווען די [[בנות צלפחד]] - וועלכע האבן באקומען צוגעטיילט א ירושה אין ארץ ישראל - וועלן חתונה האבן צו מענער פון אנדערע שבטים, וועט זייער שבט פארלירן טעריטאריע צו אנדערע שבטים; און משה האט אויפ'ן באפעל פון אויבערשטן אנגעוויזן אז פרויען וואס ירש'ען ערד, זאלן הייראטן נאר אינערהאלב זייער שבט{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|לו|לאנג=יא|אן=ספר}}.}}. | ||
== מצוות אין דער פרשה == | == מצוות אין דער פרשה == | ||
| שורה 118: | שורה 117: | ||
די מסעות פון אנהויב פרשה ווערט אין רוב אשכנז'ישע קהילות געליינט מיט ספעציעלע טראפן, ווי די [[שירת הים|שירה]] אום [[פרשת בשלח]], צו דאנקען אויף די חסדים וואס זענען געווען דורכאויס די וואנדערנישן{{הערה|זעט {{תנ"ך|במדבר|לג|א|מפרש=רש"י}} ({{היברובוקס|רבי שלמה זלמן גייגער|דברי קהלת|6822|page=90}}), און [[רמב"ן]] דארט ({{היברובוקס|2=שאול בחיר ה'|3=50008|page=25|עמ=ט|4=ימי הנעורים}}) בשם דער [[מהר"ם שיק]].}}{{הערה|{{PDF}} [https://forum.otzar.org/download/file.php?id=35423 תורת הקורא - פרשת מסעי].}}. | די מסעות פון אנהויב פרשה ווערט אין רוב אשכנז'ישע קהילות געליינט מיט ספעציעלע טראפן, ווי די [[שירת הים|שירה]] אום [[פרשת בשלח]], צו דאנקען אויף די חסדים וואס זענען געווען דורכאויס די וואנדערנישן{{הערה|זעט {{תנ"ך|במדבר|לג|א|מפרש=רש"י}} ({{היברובוקס|רבי שלמה זלמן גייגער|דברי קהלת|6822|page=90}}), און [[רמב"ן]] דארט ({{היברובוקס|2=שאול בחיר ה'|3=50008|page=25|עמ=ט|4=ימי הנעורים}}) בשם דער [[מהר"ם שיק]].}}{{הערה|{{PDF}} [https://forum.otzar.org/download/file.php?id=35423 תורת הקורא - פרשת מסעי].}}. | ||
די פרשה איז די איינציגסטע אין די [[תורה|חמשה חומשי תורה]] וואס האט די טראפן ירח-בן-יומו און קרני-פרה אויף די ווערטער "{{מנוקד|אַלְפַּ֪יִם בָּֽאַמָּ֟ה}}" ({{תנ"ך|במדבר|לה|ה|אן=ספר}}){{ביאור|אין נ"ך איז דא נאך 15, און די איינציגסטע פאל אויסער דא וואו עס ווערט געליינט בציבור איז אין [[מגילת אסתר]].}}. | די פרשה איז די איינציגסטע אין די [[תורה|חמשה חומשי תורה]] וואס האט די טראפן ירח-בן-יומו און קרני-פרה; אויף די ווערטער "{{מנוקד|אַלְפַּ֪יִם בָּֽאַמָּ֟ה}}" ({{תנ"ך|במדבר|לה|ה|אן=ספר}}){{ביאור|אין נ"ך איז דא נאך 15, און די איינציגסטע פאל אויסער דא וואו עס ווערט געליינט בציבור איז אין [[מגילת אסתר]].}}. | ||
===שבת חזק=== | ===שבת חזק=== | ||
| שורה 138: | שורה 137: | ||
{{פרשת השבוע}} | {{פרשת השבוע}} | ||
{{ספר במדבר}} | {{ספר במדבר}} | ||
[[קאַטעגאָריע:פרשת מסעי|*]] | |||
[[ | [[קאַטעגאָריע:פרשיות ספר במדבר|מסעי]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:תמוז]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אב]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | ||
[[ | |||
[[he:פרשת מסעי]] | [[he:פרשת מסעי]] | ||
יעצטיגע רעוויזיע זינט 13:45, 11 אויגוסט 2025
| |||||
| פסוקים | במדבר לג, א - לו, יג | ||||
|---|---|---|---|---|---|
| צאל פסוקים | 132 (12'טע) | ||||
| צאל ווערטער | 1461 (32'סטע) | ||||
| צאל אותיות | 5773 (28'סטע) | ||||
| אינהאלט | סטאנציעס פון די אידן אין מדבר; מצוות אין בעפארברייטונג צום אריינגיין אין ארץ ישראל; דינים פון א רוצח | ||||
| מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך | |||||
| |||||
| הפטורה | |||||
| אשכנזים | ירמיהו ב, ד–כח און מען לייגט צו ג, ד | ||||
| ספרדים, חב"ד, ראמאניאטן און טייל תימנים | ירמיהו ב, ד–כח און מען לייגט צו ד, א–ב | ||||
| טייל תימנים | ישעיהו א, א–כ | ||||
| איטאליענער | יהושע יט, נא - כא, ג | ||||
פרשת מַסְעֵי איז די צענטע און לעצטע סדרה פון ספר במדבר, און די 43'סטע פון דער תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל ל"ג, פסוק א', ביז קאַפּיטל ל"ו, פסוק י"ג, לויט דער אנגענומענער צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 132 פסוקים און אכט פרשיות - זעקס פתוחות און צוויי סתומות.
אין דער פרשה ווערן אויסגערעכנט די 42 סטאנציעס פון די אידן אין מדבר, און די צוגרייטונגען אריינצוגיין אין ארץ ישראל; דאס אפשיידן די ערי הלויים און ערי מקלט, און די דינים פון רוצחים; און די ענדע פון דער געשיכטע פון די בנות צלפחד.
פרשת מסעי ווערט געליינט צווישן די דאטומען כ"ו תמוז און ב' אב. געווענליך ווערט מסעי געליינט אינאיינעם מיט'ן פריערדיגן פרשה - מטות[א], אויסער אין טייל עיבור יארן (די קביעות השג און החא (10.53%); אין ארץ ישראל אויך בשז און גכז (נאך 20.51%))[ב]. ווען אינאיינעם באטרעפט די קריאה פון מטות און מסעי 244 פסוקים, די לענגסטע קריאה[4].
פרשה אינהאלט
זייענדיג די לעצטע סדרה וואס שילדערט די געשעענישן פון די אידן אין מדבר סיני, ווערט אין פרשת מסעי אויסגערעכנט די 42 סטאנציעס וואו די אידן האבן געוואנדערט, פון יציאת מצרים ביז'ן ירדן אין ערבות מואב[5].
דאן, אין צוגרייטונג צום אריינגיין אין ארץ ישראל, באפעלט גאט משה'ן וויאזוי די אידן זאלן אייננעמען דאס לאנד, אויסרייניגן די געצנדינערישע פעלקער און זייערע עבודה זרות, און צעטיילן די ארבטיילן לויט א גורל. עס ווערט אויסגערעכנט די גרעניצן פון לאנד, און גא-ט האט באפוילן משה צו שטעלן נשיאים פאר יעדע שבט וואס זאלן שטיין אויף דער צעטיילונג.[6].
גאט האט באפוילן משה אז די אידן זאלן געבן 48 שטעט פאר די לויים, וואס זאלן גלייכצייטיג דינען אלס רעטונגסס-שטעט, וואו א רוצח בשוגג דארף אנטלויפן, און דערמיט זיך ראטעווען פון ווערן גע'הרג'עט דורך די קרובים - גואלי הדם פונעם ערמארדעטן; ווידער א רוצח במזיד ווערט גע'הרג'עט נאכ'ן געברענגט ווערן אין בית דין מיט עדים[7].
עס ווערט דאן געשילדערט ווי שבט מנשה זענען געקומען זיך אפרעדן צו משה, אז ווען די בנות צלפחד - וועלכע האבן באקומען צוגעטיילט א ירושה אין ארץ ישראל - וועלן חתונה האבן צו מענער פון אנדערע שבטים, וועט זייער שבט פארלירן טעריטאריע צו אנדערע שבטים; און משה האט אויפ'ן באפעל פון אויבערשטן אנגעוויזן אז פרויען וואס ירש'ען ערד, זאלן הייראטן נאר אינערהאלב זייער שבט[8].
מצוות אין דער פרשה
לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[9] זענען פארהאן זעקס מצוות אין דער פרשה, צוויי עשין און פיר לאווין:
| עשה / לאו | מצוה | מקור | אקטועל היינט | באפוילענע | |
|---|---|---|---|---|---|
| 1 | עשה | אפשיידן שטעט פאר די לויים | צַו אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְנָתְנוּ לַלְוִיִּם מִנַּחֲלַת אֲחֻזָּתָם עָרִים לָשָׁבֶת (לה, ב–ז) | ניין | דער ציבור און די מנהיגים |
| 2 | לאו | נישט אומברענגען א בעל דין איידער'ן שטעלן צום בית דין | וְלֹא יָמוּת הָרֹצֵחַ עַד עָמְדוֹ לִפְנֵי הָעֵדָה לַמִּשְׁפָּט (לה, יב) | יא | יעדער |
| 3 | עשה | שיקן א רוצח בשוגג אין גלות | וְהֵשִׁיבוּ אֹתוֹ הָעֵדָה אֶל עִיר מִקְלָטוֹ וגו' (לה, כה–כח) | ניין | בית דין; רוצח בשוגג |
| 4 | לאו | אן עד זאל נישט פסק'ען דיני נפשות וואס ער האט בייגעוואוינט | וְעֵד אֶחָד לֹא יַעֲנֶה בְנֶפֶשׁ לָמוּת (לה, ל) | ניין | מענער |
| 5 | לאו | נישט נעמען אויסלייז-געלט צו אפשוינען דאס לעבן פון א רוצח | וְלֹא תִקְחוּ כֹפֶר לְנֶפֶשׁ רֹצֵחַ (לה, לא) | ניין | יעדער |
| 6 | לאו | נישט נעמען אויסלייז-געלט צו אפשוינען א רוצח בשוגג פון גיין אין גלות | וְלֹא תִקְחוּ כֹפֶר לָנוּס אֶל עִיר מִקְלָטוֹ לָשׁוּב לָשֶׁבֶת בָּאָרֶץ (לה, לב) | ניין | יעדער |
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה קען געפאלן אין פיר אנדערע דאטומען:
אינאיינעם מיט פרשת מטות:
- זשה יאר און בחה יאר, בשה יאר און גכה יאר - כ"ו תמוז
- זחג יאר, זשג יאר און בחג יאר - כ"ח תמוז
- השא יאר און זחא יאר - א' אב
- הכז יאר - ב' אב
באזונדער:
אין חוץ לארץ באהאפטן, אין ארץ ישראל באזונדער:
הפטורה
די אריגינעלע הפטורה פאר פרשת מסעי איז אין ספר יהושע, קאַפּיטל י"ט, פסוק נ"א - קאַפּיטל כ"א, פסוק ג'[10], וואו עס ווערט געשילדערט ווי יהושע דעזיגנירט די ערי מקלט, ווי באפוילן צו משה אין אונזער פרשה.
למעשה געפאלט פרשת מסעי אייביג אום בין המצרים, און מען ליינט די צווייטע פון די דריי "תלת דפורענותא" הפטורות איבער די חורבן בית המקדש[11], אין מערסטנס קהילות ליינט מען ספר ירמיהו, קאַפּיטל ב', פסוקים ד'–כ"ח, ביי די אשכנזים לייגט מען צו קאַפּיטל ג', פסוק ד', און ביי די ספרדים, חב"ד, ראמאניאטן און תימנ'ע נוסח בלאדי לייג מען צו קאַפּיטל ד', פסוקים א'–ב'.
ווען פרשת מסעי געפאלט אום שבת ראש חודש אב, שטייט אין גמרא[12] מען זאל ליינען אין ישעיהו "חָדְשֵׁיכֶם וּמוֹעֲדֵיכֶם שָׂנְאָה נַפְשִׁי הָיוּ עָלַי לָטֹרַח" (א, יד), וואו עס ווערט דערמאנט ראש חודש צווישן שטראף-רייד. כאטש וואס מען פירט זיך נישט אזוי ספעציפיש אום שבת ראש חודש אין קיינע פון די ליינען-מסורות[12.1], האבן געוויסע ראשונים אדאפטירט די הפטורה פון קאַפּיטל א', פסוקים א'–כ', די ערשטע האלב פון די "חזון" הפטורה וואס ווערט אין רוב קהילות געליינט פאר פרשת דברים - חזון, אלס צווייטע הפטורה פון די תלת דפורענותא אפגעזען צי עס געפאלט ראש חודש[13]; און אזוי פירט מען זיך ביי די תימנ'ע נוסח שאמי און נאך.
עס זענען דא מיינונגס פארשידענהייטן צווישן די ראשונים וועלכע הפטורה מען זאל למעשה ליינען ווען עס געפאלט שבת ראש חודש, טייל האלטן מען זאל ליינען די חורבן-הפטורה אין צייט וואס אנדערע האלטן מען זאל ליינען פון ראש חודש - "השמים כסאי"[14]. אין רוב קהילות ליינט מען פונעם חורבן, און אין טייל אזעלכע קהילות לייגט מען צו די ערשטע און לעצטע פסוק פון ראש חודש (ישעיהו סו, א, און כד)[15][16].
אייגנארטיגקייטן
טראפן
די מסעות פון אנהויב פרשה ווערט אין רוב אשכנז'ישע קהילות געליינט מיט ספעציעלע טראפן, ווי די שירה אום פרשת בשלח, צו דאנקען אויף די חסדים וואס זענען געווען דורכאויס די וואנדערנישן[17][18].
די פרשה איז די איינציגסטע אין די חמשה חומשי תורה וואס האט די טראפן ירח-בן-יומו און קרני-פרה; אויף די ווערטער " אַלְפַּ֪יִם בָּֽאַמָּ֟ה" (לה, ה)[ג].
שבת חזק
דער שבת ווערט גערופן "שבת חזק" צוליב דעם מנהג פון אויסרופן "חזק חזק ונתחזק!"[19] אדער "חזק חזק חזק"[20] ווען מען ענדיגט ליינען דעם ספר.
צו ליינען מער
- הפטרת השמים כסאי בשבת ר"ח אב, אויף פורום אוצר החכמה
דרויסנדיגע לינקס
טעקסט
פרשת מסעי, אויף שיתופתא
פרשת מסעי, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל - פרשת מסעי - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת מסעי, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- "פרשת מסעי", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד, איבערזעצט אין אידיש דורך ח. ש. נײהױזען, א. הײמאן (חרל“פּ) און אנדערע.
פארברייטערונג
- שיעורים אויף פרשת מסעי אויף קול הלשון
- פרשת מסעי, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת מסעי, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת מסעי, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת מסעי, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת מסעי", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת מסעי אויפ'ן "על התורה" זייטל
- פרשת מסעי – טעקסטן און מקור-בלעטער פון תורה, גמרא און אנדערע מקורות, אויף ספריא
נאטיצן
- ↑ כדי צו צופאסן די 54 פרשיות צו די מערסטנס 48 שבתים אין א שנה פשוטה אין וועלכע מען ליינט א פרשה, ימים טובים אויסגעשלאסן, און לויט'ן כלל פון "צומו וצלו"[1], אז תשעה באב (צומו - פאסטן) זאל געפאלן איידער פרשת ואתחנן (צלו - דאווענען).
- ↑ טייל ספרדי'שע קהלות האבן זיך געפירט אין אזעלכע יארן צו צעטיילן פרשת משפטים אין צוויי אנשטאט ליינען מטות-מסעי באזונדער[2]. ווידער אין געוויסע תימנ'ע קהילות איז געווען א מנהג צו ליינען פרשת חקת אינאיינעם מיט די דערנעבנדע פרשיות אנשטאט צו פאראייניגן מטות-מסעי[3].
- ↑ אין נ"ך איז דא נאך 15, און די איינציגסטע פאל אויסער דא וואו עס ווערט געליינט בציבור איז אין מגילת אסתר.
רעפערענצן
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, תכח, סעיף ד.
- ↑ זעט מער אין פרשת משפטים - ביאור א; און רבי יששכר בן מרדכי אבן סוסאן, תקון יששכר א מנהג צו שטענדיג ליינען מטות-מסעי אינאיינעם.
- ↑ רבי יצחק רצאבי, חיבור פרשיות חקת ובלק לבני ק"ק תימן, יד מהרי"ץ.
- ↑ און ווען עס געפאלט אום א' אב, קומט צו אויך די קריאה פון ראש חודש - נאך 15 פסוקים.
- ↑ לג, א–מט.
- ↑ לג, נ, קאַפּיטל ל"ד.
- ↑ קאַפּיטל ל"ה.
- ↑ קאַפּיטל ל"ו.
- ↑ ספר החינוך, מצוות תח–תיג.
- ↑ רמב"ם - סדר התפילה ה׳, ד'.
- ↑ ביי די איטאליענער ליינט מען נאר איבער'ן חורבן אום שבת חזון, דערפאר ליינט מען אין ארגינעלן הפטורה אין ספר יהושע, און ווען עס געפאלט אום ראש חודש ליינען זיי "השמים כסאי"
- ↑ מגילה לא, ב.
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק י"ג, הלכה י"ט; מאירי, קרית ספר, מאמר חמישי - חלק ב'; אבער זעט מאירי, מגילה לא, ב.
- ↑ רמ"א, אורח חיים, תכה, סעיף א. זעט די אנדערע נושאי כלים אויפ'ן ארט.
- ↑ זעט צום ביישפיל קה"ת, ספר ההפטרות - על-פי מנהג חב"ד.
- ↑ זעט הפטרת מטות אויפ'ן על התורה זייטל נאך ווערסיעס;
הפטורת מסעי.
- ↑ זעט רש"י, במדבר לג, א (רבי שלמה זלמן גייגער, דברי קהלת), און רמב"ן דארט (שאול בחיר ה', עמ' ט, ימי הנעורים) בשם דער מהר"ם שיק.
- ↑
תורת הקורא - פרשת מסעי.
- ↑ רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין, ערוך השולחן, אורח חיים, סימן קל"ט, סעיף ט"ו, לויט די ראשונים געברענגט אין בית יוסף, סימן קל"ט.
- ↑ מאור ושמש פרשת ויחי.
| פרשיות | ||
|---|---|---|
| ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
| ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
| ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
| ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
| ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה | |