דרעפט:אכילת מצה

פון המכלול
מצוה צו עסן מצה ביים סדר נאכט
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אכילת מצה
מצוַת עשה
א האנט מצה
א האנט מצה
דינים
מצווים אלע אידן
תקופה אלעמאל (גייט אן בזמן הזה)
מקום איבעראל
בין אדם למקום
מוני המצוות
ספר המצוות להרמב"ם ספר המצוות, עשה קנ"ח
ספר החינוך ספר החינוך, מצוה י'
יראים ספר יראים, סימן צ
סמ"ג סמ"ג עשה מ'
סמ"ק סמ"ק, סימן ריט
די מצוה אין ספר מצוות ה', אויף דעת זייטל
מקורות
מקרא שמות יב, יח
תלמוד בבלי פסחים קכ, א
משנה תורה הלכות חמץ ומצה, פרק ו'
הלכות חמץ ומצה, פרק ח'
שולחן ערוך אורח חיים, סימן תע"ה, סעיף א'

אכילת מצה איז א מצות עשה מדאורייתא צו עסן מצה די ערשטע נאכט פסח - ט"ו ניסן, ווי עס שטייט אין די תורה (שמות יב, טו: "בָּעֶרֶב תֹּאכְלוּ מַצֹּת". לויט פילע פוסקים איז א מצוה צו עסן מצה אויך די איבריגע טעג פסח, כאטש נישט א "חיוב".

מקור און חיוב

אין ספר שמות, קאַפּיטל י"ב, ווערט עטליכע מאל דערמאנט דער חיוב פון עסן מצה אין פסח: וְאָכְלוּ אֶת הַבָּשָׂר בַּלַּיְלָה הַזֶּה צְלִי אֵשׁ וּמַצּוֹת עַל מְרֹרִים יֹאכְלֻהוּ (פסוק ח'); שִׁבְעַת יָמִים מַצּוֹת תֹּאכֵלוּ (פסוק ט"ו); בָּרִאשֹׁן בְּאַרְבָּעָה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁ בָּעֶרֶב תֹּאכְלוּ מַצֹּת עַד יוֹם הָאֶחָד וְעֶשְׂרִים לַחֹדֶשׁ בָּעָרֶב (פסוק י"ח); בְּכֹל מוֹשְׁבֹתֵיכֶם תֹּאכְלוּ מַצּוֹת (פסוק כ'). אין ספר דברים, קאַפּיטל ט"ז ווערט ווידער דערמאנט דער חיוב צוויי מאל: לֹא תֹאכַל עָלָיו חָמֵץ שִׁבְעַת יָמִים תֹּאכַל עָלָיו מַצּוֹת לֶחֶם עֹנִי (פסוק ג'); שֵׁשֶׁת יָמִים תֹּאכַל מַצּוֹת וּבַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי עֲצֶרֶת לַד' אֱלֹקֶיךָ (פסוק ח'). פון יעדע פון די פסוקים לערנען חז"ל ארויס פארשידענע דינים אין די מצוה.

צייט

כאטש וואס עס שטייט מען זאל עסן מצה אלע זיבן טעג פסח (שבעת ימים... עד אחד ועשרים לחודש...), לערנען חז"ל ארויס פונעם פסוק "ששת ימים ... וביום השביעי עצרת" אז פונקט ווי די זיבעטע טאג איז א רשות, זענען אויך די איבריגע פינף טעג א רשות, און אויב וויל מען עסן ברויט קען מען עסן מצה אנשטאט חמץ וואס איז נישט ערלויבט, און נאר אויף די סדר נאכט איז דא א חיוב צו עסן מצה, וויבאלד עס שטייט ”בערב תאכלו מצות”[1].

עס איז פארהאן אן איינצלנע שיטה פון רב אחא בר יעקב, וואס האלט אז פונקט ווי די מצוה פון מרור, גייט אויך מצה נאר אן בזמן הבית ווען עס איז געווען א קרבן פסח, וויבאלד עס שטייט "ואכלו את הבשר ... ומצות על מרורים יאכלוהו". למעשה נעמען מיר אן אז מצה איז אנדערש צוליב עטליכע טעמים: 1) וויבאלד עס שטייט "בערב תאכלו מצות"[1]. 2) וויבאלד עס שטייט "לא תאכל עליו חמץ, שבעת ימים תאכל עליו מצות", גלייכט מען צו מצה צו חמץ, פונקט ווי חמץ איז אסור אויך היינט, איז א חיוב היינט צו עסן מצה[2]. 3) עס איז א ריבוי פון די פסוק "בכל מושבותיכם תאכלו מצות"[3].

די איבריגע טעג פסח

כאטש עס איז נישט פארהאן א חיוב צו עסן מצה די איבריגע טעג פסח, האלטן טייל פוסקים אז עס איז פארט א מצוה צו עסן אויך די איבריגע טעג פסח[4], ווי די פשטות פון די פסוקים[5]

טעם

דער טעם פונעם מצוה איז צו געדענקען די ניסים וואס גאט געטון מיט די אידן ביים זיי ארויסנעמען פון מצרים[6], ווען "זייער טייג האט נישט עספיעט זיך צו יערן און ווערן חמץ איידער דער באשעפער האט זיך צו זיי באוויזן און זיי אויסגעלייזט"[7].

באפוילענע

אלע אידן זענען מחויב מיט די מצוה, אויך פרויען, וויבאלד עס ווערט צוגעגליכן צום איסור פון עסן מצה[8], און אויך קנעכט וואס האבן די זעלבע חיובים ווי פרויען. מען איז מחויב צו מחנך זיין קטנים וואס קענען שוין עסן א כזית מצה צו עסן[9], כאטש זיי פארשטייען נאכנישט די ענין פון די מצוה[10]. עס איז פארהאן א שיטה פון רב זעירא אין ירושלמי אז די חיוב פון פרויען ביי מצה איז געוואנדן אין א מחלוקת תנאים צי זיי זענען מחויב מיט קרבן פסח[11]

פאר אלטע און קראנקע לייט קען מען ווייקן די מצה עס צו אפווייכן, אבער עס טאר נישט זיין אינגאנצן צוגעגאנגען[9][12].

דער מצה

דער מצה מיט וואס מען איז יוצא דער מצוה דארף זיין "שמורה מצה" - אפגעהיטן, און געבאקן "לשם מצת מצוה", וויבאלד עס שטייט "וּשְׁמַרְתֶּם אֶת הַמַּצּוֹת"[13]. וויבאלד עס דארף געבאקן לשמה, זענען פארהאן אחרונים וואס פסק'ען אז מען קען נישט יוצא זיין די מצוה מיט מאשין מצה - אויסער די חששות פון חמץ, וויבאלד עס ווערט געמאכט פון זיך אליין[14]. אנדערע האלטן אבער אז עס הייסט יא לשמה דורך דער מענטש וואס אפערירט דעם מאשין און נאך טעמים[15]. טייל פירן זיך צו ניצן מצה געבאקן מיט מעל וואס איז האנט-געמאלן - "רחיים של יד"[16]

דער מצה דארף עס זיין אנגערופן "לחם" - ברויט, און דערפאר דארף עס זיין געקנעטן ווי א טייג (בלִילה עבה), און געבאקן אין אויוון, פון איינע פון די חמשת מיני דגן.

עס דארף זיין אין די אייגנטומערשאפט פון דער וואס עסט דאס, דערפאר איז מען נישט יוצא מיט א גע'גנב'עטע מצה[17], אדער מצה פון טבל, אדער תרומה פאר אנדערע אויסער כהנים[18].

אין פארשידענע פלעצער, ספעציעל אין טייל חסידי'שע חצרות, איז געווען דער מנהג צו ניצן "ערב פסח מצה" - מצות געבאקן ערב פסח, פאר די מצוה. אנדערע האבן זיך אבער אפגעהאלטן צו באקן מצות ערב פסח, צוליב די איסור פון חמץ נאך חצות[19].

צייט

Postscript-viewer-blue.svg אפיקומן

עס איז פארהאן א מחלוקת ראשונים מיט וועלכע מצה פונעם סדר מען איז יוצא די מצוה. אין צייט וואס טייל האלטן אז מען איז יוצא מיט'ן מצה פון אפיקומן[20], האלטן אנדערע אז מען איז יוצא מיט די ערשטע מצה[21].

סוף זמן אכילה

דער מחלוקת תנאים ביי קרבן פסח

ביי קרבן פסח איז דא א מחלוקת צווישן רבי עקיבא און רבי אלעזר בן עזריה. לויט רבי אלעזר בן עזריה איז דער צייט פון עסן דעם קרבן פסח נאר ביז חצות פונעם סדר נאכט, ווידער לויט רבי עקיבא איז דער צייט פון אכילת קרבן פסח מדאורייתא ביז'ן עלות השחר[22]. לויט אביי איז מעגליך אז רבי עקיבא איז מודה אז מען דארף עסן די קרבן פסח פאר חצות הלילה, אבער נאר מדרבנן "להרחיק את האדם מן העבירה" - צו דערווייטערן דעם מענטש פון עובר זיין און עסן נאכ'ן עלות[23]. אזוי פסק'נט אויך דער רמב"ם[24]: ”כבר ביארנו בכמה מקומות שאין הפסח נאכל אלא עד חצות כדי להרחיק מן העבירה, ודין תורה שיאכל כל הלילה עד שיעלה עמוד השחר.”

ביי אכילת מצה

אין מסכת פסחים[25] זאגט רבא אז לויט רבי אלעזר בן עזריה דארף מען אויך היינטיגע צייטן עסן די מצה פאר חצות, כאטש עס איז שוין נישטא קיין קרבן פסח.

הלכה למעשה

לויט תוספות איז די הלכה ווי רבי אלעזר בן עזריה[26]. דאקעגן דער רמב"ם שרייבט אז מען קען יוצא זיין אכילת מצה די גאנצע נאכט[9.1], און ביי קרבן פסח פסק'נט ער אויך ווי רבי עקיבא אז די מצוה איז ביזן עלות, נאר חז"ל האבן פארלאנגט צו עסן איידער חצות צו דערווייטערן דעם מענטש פון אן עבירה. עס איז פארהאן א מיינונגס פארשידנהייט אין די שיטה פונעם רמב"ם: לויט'ן פרי חדש דארף מען לכתחילה אויך עסן מצה בעפאר חצות, פונקט ווי דעם קרבן פסח (מדרבנן)[27], ווידער לויט רבינו מנוח איז די גזירה נאר ביים קרבן פסח, וואס אויב ער וועט עס עסן נאכן עלות וועט ער עובר זיין אן איסור כרת (צוליב נותר).

אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'נט אז אויך די אפיקומן דארף מען עסן נאך פאר חצות[28], און דער משנה ברורה לייגט צו אז פאר די ערשטע כזית דארף מען גאר שטארק נזהר זיין עס זאל געגעסן ווערן פאר חצות, און אויב מען האט פארשפעטיגט זאל מען עסן אן א ברכה[29].

סדר פון עסן

פרוסה

דער מצה דארף זיין א "פרוסה" - צעהאלבט, ווי דער שטייגער פון אן ארעמאן[30], וויבאלד עס ווערט אנגערופן "לחם עוני[31]". עס זענען פארהאן דריי שיטות איבער דעם צעבראכענעם מצה:

  • אנשטאט די צוויי גאנצע ברויט פאר לחם משנה ווי א געווענליכע שבת און יום טוב, נעמט מען א גאנצע מיט א האלבע[32][33].
  • אויסער די צוויי גאנצע מצות פאר לחם משנה לייגט מען צו א דריטע, האלבע[34][35].
  • נאר אויב די סדר נאכט געפאלט אום שבת דארף מען צוויי גאנצע און דערויף א האלבע[36].

אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'ענט מען זאל נעמען א פרוסה אויסער צוויי שלימים[37].

ברכה

איידער מען עסט דעם מצה מאכט צוויי ברכות: המוציא און אשר קדשנו ... וציונו "על אכילת מצה". עס זענען פארהאן עטליכע שיטות אויף וועלכע מצה מען מאכט וועלכע ברכה:

  • מען מאכט המוציא אויף די גאנצע, און על אכילת מצה אויף די פרוסה און דאן עסט מען א שטיקל פון ביידע. אדער וויבאלד המוציא דארף זיין אויף צוויי שלימים, ווי יעדע שבת און יום טוב[35]; אדער, כאטש מען איז יוצא די עיקר מצוה מיטן האלבן, קען נישט מאכן ביידע ברכות דערויף, צוליב דעם כלל פון אין עושין מצוות חבילות חבילות - אז מען טאר נישט יוצא זיין מערערע מצוות אויפאיינמאל[30.1].
  • מען מאכט ביידע ברכות אויפ'ן האלבן צו מקיים זיין לחם עוני מיט א פרוסה, און עס איז נישטא דערביי דער פראבלעם פון "חבילות חבילות" וויבאלד די המוציא איז א ברכת הנהנין און הייסט נישט ווי א באזונדערע מצוה[30.2].
  • המוציא אויפ'ן האלבן און על אכילת מצה אויפ'ן גאנצע[38], וויבאלד די עיקר מצוה איז די פרוסה מאכט מען דערויף המוציא, אבער צוליב "חבילות חבילות", מאכט מען אכילת מצה אויף די גאנצע[39].

כדאי יוצא צו זיין אלע שיטות פסק'ענט דער שולחן ערוך[37] צו לייגן די פרוסה צווישן די צוויי שלימים, און מאכן דערויף ביידע ברכות[40], און עסן א כזית פון איטליכער פון די צוויי אויבערשטע[41].

דער שיעור

דער שיעור פון מצוות מצה איז א כזית[42][9.2]. מען קען עסן די כזית דורכאויס די צייט-אפשניט וואס ווערט גערופן 'כדי אכילת פרס' (וואס אין איר לענג זענען פארהאן מיינונגען צווישן 3 און 9 מינוט), אבער לכתחילה דארף מען עסן די גאנצע כזית אויפאמאל[43]. לכתחילה עסט מען צוויי כזיתים ביים עסן מצה, פונעם די אויבערשטע גאנצע און די מיטלסטע האלבע, און דער משנה ברורה שרייבט אז די צווייטע כזית קען מען עסן לכתחילה דורכאויס כדי אכילת פרס[44].

טינקען

דער רמב"ם זאגט מען זאל טינקען דעם מצה אין חרוסת[33.1], אלס זכר צו די ליים מיט וואס די אידן האבן געארבעט אין מצרים. רוב אנדערע ראשונים און פוסקים קריגן דערויף[45], און אזוי ווערט גע'פסק'ענט. אויך איז פארהאן א מחלוקה צי מען דארף טינקען די מצה אין זאלץ, ווי ברויט אגאנץ יאר. אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'ענט צו טינקען, אבער דער רמ"א זאגט אז די מנהג איז נישט צו טינקען[37].

הסיבה

דער מצה דארף ווערן געגעסן אנגעלאנט - "בהסיבה", צו ווייזן פרייהייט[46], און אויב האט מען געגעסן אן הסיבה דארף מען איבער עסן[47]. היינטיגע צייטן, וויבאלד טייל ראשונים האלטן אז עס גייט נישט אן הסיבה ווייל עס איז נישט די שטייגער צו עסן אזוי[48], זאגט דער רמ"א מען זאל איבער עסן אן א ברכה.

איסור צו עסן ערב פסח

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. ארויפשפרינגען קיין: 1.0 1.1 פסחים קכ, א
  2. רבי יהודה אין פסחים כח, ב
  3. קידושין לז, ב
  4. Responsa_Chatam_Sofer%2C_Yoreh_De'ah.191, ‏שו"ת חתם סופר, טעקסט אויף ספריא וועבזייטל; s:מעשה_רב_הלכות_פסח#קפה
  5. זע מכילתא דרבי ישמעאל, מסכתא דפסחא בא פרשה י; חזקוני, שמות יב, יח
  6. ספר החינוך, מצוה י'
  7. הגדה של פסח: "פסח מצה ומרור", לויט'ן פסוק שמות יב, לט.
  8. פסחים מג, ב
  9. ארויפשפרינגען קיין: 9.0 9.1 הלכות חמץ ומצה, פרק ו', הלכה י'
    1. דארט, הלכה א
    2. דארט, הלכה א
  10. רבי אלעזר רוקח, מעשה רוקח, פרק ז מהלכות חמץ ומצה הלכה ז'
  11. תלמוד ירושלמי, מסכת פסחים, פרק ח', הלכה א'
  12. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תס"א, סעיף ד'
  13. שמות יב, יז; פסחים לח, ב
  14. רבי שלמה קלוגער שו"ת האלף לך שלמה, השמטות סי' לב; שו"ת מהרש"ם חלק ד', סי' קכט; און נאך.
  15. דברי מלכיאל חלק ד, סימן כ'; און נאך.
  16. זע ביאור הלכה סימן ת"ס.
  17. פסחים לח, א
  18. פסחים לה, א
  19. הרב ישראל יעקב פרבר, הרב יהודה לייב שטיסל, אפיית 'מצות מצוה' בערב פסח – הטעמים, השיטות והמנהגים, אויף דרשו
  20. רש"י און רשב"ם, פסחים קיט, ב, ד"ה אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן
  21. פסקי הרא"ש פסחים פרק י סימן לד; לויט איין וועג אין תוספות, פסחים קכ, א, ד"ה באחרונה; ריטב"א, סדר ההגדה.
  22. ברכות ט, א
  23. זבחים נז, ב
  24. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קרבן פסח, פרק ח', הלכה ט"ו
  25. פסחים קכ, ב
  26. תוספות, מגילה כא, א
  27. פרי חדש אורח חיים סימן תעז
  28. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תע"ז, סעיף א'
  29. דארט סעיף קטן ו'
  30. ברכות לט, ב; פסחים קטו, ב
    1. לויט איין וועג אין תוספות דארט
    2. די מיינונג פון רבי מנחם מווינא אין תוספות דארט
  31. דברים טז, ג
  32. רי"ף פסחים כה, ב
  33. משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק ח', הלכה י'.
    1. דארט, הלכה ח'
  34. סדר רב עמרם השלם חלק ב
  35. ארויפשפרינגען קיין: 35.0 35.1 רש"י, רשב"ם, פסחים קטז, א; פסקי הרא"ש, פסחים פרק י' סימן ל'
  36. הלכות גדולות, פסח פרק כל שעה; טור, אורח חיים, סימן תע"ה בשם חילוף מנהגים אלס מנהג פון גאוני בבל; זעט מרדכי מרגליות, החילוקים שבין אנשי מזרח ובני ארץ ישראל, עמ' 133 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  37. ארויפשפרינגען קיין: 37.0 37.1 37.2 שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תע"ה, סעיף א'
  38. טור, אורח חיים, סימן תע"ה; שבלי הלקט, סימן רי"ח; בשם טייל ראשונים.
  39. בית חדש, אורח חיים, סימן תע"ה; פרי מגדים - אורח חיים, משבצות זהב, סי' תעה סק"ב.
  40. אין מהרי"ל, סדר ההגדה לא, שטייט מען זאל אויסלאזן די אונטערשטע מצה נאך המוציא און דאן מאכן על אכילת מצה.
  41. זע אבער ביאור הלכה, סימן תע"ה דערוועגן
  42. פסחים מ, א; קח, א; קיט, ב.
  43. תרומת הדשן, סימן קל"ט; געברענגט אין בית יוסף, אורח חיים, סימן תע"ה.
  44. משנה ברורה, סימן תע"ה, סעיף קטן ט'
  45. השגות הראב"ד, מגיד משנה דארט; מאירי אין בית הבחירה, פסחים, קטו.; טור, אורח חיים, סימן תע"ה.
  46. פסחים קח, א
  47. פסקי הרא"ש, פסחים פרק י' סימן כ'; שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תע"ב, סעיף ז'.
  48. ראבי"ה, פסחים תקכה


תרי"ג מצוות (לויט ספר החינוך)

קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.

קאטעגאריע:פסח קאטעגאריע:פרשת בא