רוי:ה'תשנ"ח
ה'תשנ"ח (5,758) און בקיצור תשנ"ח, איז א אידיש יאר, וואס האט זיך אנגעהויבן א' תשרי, דעם אוונט פאר אקטאבער 2, 1997, און האט זיך געענדיגט כ"ט אלול, סעפטעמבער 20, 1998.
דער מולד פון תשרי געפאלט דאנערשטאג ביינאכט, 7 מינוט און 3 חלקים נאך צען. דער קביעות פון יאר איז דעריבער השא. עס איז נישט קיין עיבור יאר, און איז לאנג 354 טעג.
עס איז דאס פערטע יאר אין א שמיטה, און די 1'טע יאר אינעם 304'טן מחזור העיבור. תקופת ניסן פון דער יאר הייבט אן די 18'טע יאר (סימנה יחלדז) אינעם 206'טן מחזור גדול פון דער זון.
דאס איז שנת א'תתקכ"ט צום חורבן בית המקדש, און שנת ב'ש"ט לשטרות.
קאלענדאר
| ►► | ה'תשנ"ח | ◄◄ |
| 1997 - 1998 |
פאָלגנד איז א אידיש - גרעגאריאנישער קאלענדאר. אין יעדן טאג קעסטל איז פארהאן איין אדער צוויי אותיות אנצוצייכענען דעם טאג אינעם אידישן חודש, און א נומער אנצוצייכענען דעם טאג אינעם גרעגאריאנישן מאנאט.
| יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
געשעהענישן
געבוירן
נפטר געווארן
- רבי לייבוש לעפקאוויטש סאטמארער ראש הקהל
- ז' תשרי - יחיאל עליאש גרינדער פון בני עקיבא
- ה' חשון - ישעיה בערלין, אן אנערקענטער היסטאריקער
- כ"ז כסליו - רבי ברוך ראבינאוויטש פון מונקאטש
- י"ב אדר - הרב חיים דוד הלוי רב הראשי פון תל אביב
- כ"ד אייר - יעקב כ"ץ א היסטאריקער אין ישראל
- י"ט תמוז - רבי בן ציון אבא שאול ראש ישיבה פון פורת יוסף אין ירושלים
אין קאמפיוטערס
- מייקראסאפט פראדוצירט אינטערנעט עקספלארער איינגעבויט אין ווינדוס 98.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!