רוי:ה'שנ"א
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
ה'שנ"א (5,351) און בקיצור שנ"א, איז א אידיש יאר, וואס האט זיך אנגעהויבן א' תשרי, דעם אוונט פאר סעפטעמבער 29, 1590, און האט זיך געענדיגט כ"ט אלול, סעפטעמבער 18, 1591.
דער מולד פון תשרי געפאלט שבת ביינאכט, 51 מינוט און 9 חלקים נאך ניין. דער קביעות פון יאר איז דעריבער השא. עס איז נישט קיין עיבור יאר, און איז לאנג 355 טעג.
עס איז דאס דריטע יאר אין א שמיטה, און די 12'טע יאר אינעם 282'סטן מחזור העיבור. תקופת ניסן פון דער יאר הייבט אן די 3'טע יאר (סימנה גיוא) אינעם 192'סטן מחזור גדול פון דער זון.
דאס איז שנת א'תקכ"ב צום חורבן בית המקדש, און שנת א'תתק"ב לשטרות.
געשעענישן
- די ערשטע זיצונג פון ועד ארבע ארצות קומט פאר אין שטאט יארעסלאוו, וואו עס וועלן זיך אפהאלטן די קומענדיגע זיצונגען במשך פון כמעט צוויי הונדערט יאר
געבוירן
- כ"ה סיון – רבי יוסף שלמה דלמדיגו, באקאנט אויך אלס "יש"ר מקנדיה", א רב, פילאזאף, דאקטער, מאטעמאטיקער און אסטראנאם (נפטר ה'תט"ז)
- ב' שבט – רבי יוסף כץ, מחבר פון שאלות ותשובות "שארית יוסף", ראש ישיבה און רב אין שטאט קראקע, א שוואגער פון רמ"א (געבוירן ה'רע"א)
נפטר געווארן
- רבי שלמה פון לובלין, באקאנט אלס "מהר"ש מלובלין"[1], א דיין און ראש ישיבה אין לובלין, פון די גדולי הדור פון זיין צייט, און א רבי פון עטליכע פון די גרעסטע אחרונים
קאלענדאר
| ►► | ה'שנ"א | ◄◄ |
| 1590 - 1591 |
פאָלגנד איז א אידיש - גרעגאריאנישער קאלענדאר. אין יעדן טאג קעסטל איז פארהאן איין אדער צוויי אותיות אנצוצייכענען דעם טאג אינעם אידישן חודש, און א נומער אנצוצייכענען דעם טאג אינעם גרעגאריאנישן מאנאט.
| יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
יאר אייגנשאפטן
- א יאר מיט קביעות זשג און 355 טעג.
- א פשוט יאר מיט איין חודש אדר.
- חשון און כסלו זענען ביידע מָלא, מיט 30 טעג.
- י"ג אדר געפאלט שבת, דערפאר איז מען מקדים תענית אסתר צו דאנערשטאג י"א אדר.
| יארן און יארהונדערטער | |
|---|---|
|
רעפערענצן
- ↑ אויך באקאנט געווארן אלס מהרש"ל השני, אדער "דער יונג רבי שלמה", צו אונטערשיידן פון זיין רבי'ן רבי שלמה לוריא, דער ערשטער מהרש"ל.