רוי:ד'תתקצ"ו
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
ד'תתקצ"ו (4,996) , איז א אידיש יאר, וואס האט זיך אנגעהויבן א' תשרי, דעם אוונט פאר סעפטעמבער 15, 1235 (לויט דער יוליאנישער קאלענדאר, וואס איז דאן אנגעגאנגען), און האט זיך געענדיגט כ"ט אלול, סעפטעמבער 3, 1236.
דער מולד פון תשרי געפאלט פרייטאג ביינאכט, 43 מינוט און 10 חלקים נאך איין. דער קביעות פון יאר איז דעריבער השא. עס איז נישט קיין עיבור יאר, און איז לאנג 353 טעג.
עס איז דאס פינפטע יאר אין א שמיטה, און די 18'טע יאר אינעם 263'סטן מחזור העיבור. תקופת ניסן פון דער יאר הייבט אן די 12'טע יאר (סימנה יביגז) אינעם 179'סטן מחזור גדול פון דער זון.
דאס איז שנת א'קס"ז צום חורבן בית המקדש, און שנת א'תקמ"ז לשטרות.
געשעענישן
- חשון – א בלוט בלבול אין וואלפסהאגן, דייטשלאנד, האט געפירט צו א פאגראם וואו אכצן אידן פון דארף זענען אומגעקומען
- י"ז טבת – א בלוט בלבול אין פולדא, דייטשלאנד, האט געברענגט צו פאגראמען וואס האבן אומגעברענגט ארום דרייסיג אידן. דער טאג איז באשטימט געווארן אלס א תענית אין עטליכע קהילות. די זאך איז געברענגט געווארן פאר קייזער פרידריך דער צווייטער, און ער האט באשטעטיגט אז די בלבול איז פאלש און די אידן זענען אומשולדיג.
- כ' אדר – א בלוט בלבול אין נארבאנע, פראוואנס, האט געפירט צו פאגראמען קעגן די אידישע קהילה. דער הערשער פון שטאט האט באשיצט די אידן. צום אנדענק פון די ניסים האט מען דעם טאג באשטימט אלס א פורים שני.
געבוירן
נפטר געווארן
- ראש השנה – חנה, די אלמנה פון רבי יהונתן בן יצחק פון ווירצבורג
קאלענדאר
| ►► | ד'תתקצ"ו | ◄◄ |
| 1235 - 1236 |
פאָלגנד איז א אידיש - יוליאנישער קאלענדאר. אין יעדן טאג קעסטל איז פארהאן איין אדער צוויי אותיות אנצוצייכענען דעם טאג אינעם אידישן חודש, און א נומער אנצוצייכענען דעם טאג אינעם יוליאנישן מאנאט.
| יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
יאר אייגנשאפטן
- א יאר מיט קביעות זחא און 353 טעג.
- א פשוט יאר מיט איין חודש אדר.
- חשון און כסלו זענען ביידע חָסר, מיט 29 טעג.
- פורים משולש: שושן פורים געפאלט שבת, און ווערט געפייערט דריי טעג, פרייטאג, שבת און זונטאג.
- י"ד ניסן, ערב פסח, געפאלט שבת, און עס גייען אן די הלכות פון ערב פסח שחל בשבת.