השג יאר
א השג יאר איז איין פון פערצן סארטן יארן אין דער באשטימטער אידישער לוח. א השג יאר הייבט זיך אין דאנערשטאג (ה), איז שלימה (ש) - חשון און כסלו פארמאגן ביידע דרייסיג טעג, און פסח הייבט זיך אן דינסטאג (ג). אזא סארט יאר איז אן עיבור יאר (מיט צוויי אדרים), און איז לאנג 385 טעג, וואס אין זיי 55 שבתים.
א השג יאר קומט אויס ווען דער מולד פון חודש תשרי פון אן עיבור יאר פאלט אויס צווישן מיטוואך, 11 שעה און 695 חלקים אין טאג, און דאנערשטאג, 18 שעה אין טאג[1], , וואס באטרעפט ארום 6.66% פון אלע יארן[2], מער ווי סיי וועלכע אנדערע עיבור יאר. דער נאכפאלגנדער יאר איז אלעמאל הכז.
צווישן די יארן ה'ת"ש-ה'תת"נ געפאלט דער קביעות אין די יארן: ה'ת"ש, ה'תשי"ז, ה'תשכ"ז, ה'תשמ"ד, ה'תשע"א, ה'תשע"ד, ה'תשצ"ה, ה'תשצ"ח, ה'תתכ"ב, ה'תתכ"ה.
אין השג און בשז יארן זענען פארהאן די מערסטע תפילות (1247 אין חוץ לארץ)[3].
קאלענדאר
יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
חגים וזמנים
- אין א השג יאר איז פארהאן דריי מאל א שבת ראש חודש: ראש חודש חשון איז פרייטאג און שבת, ראש חודש אדר א' איז פרייטאג און שבת, און ראש חודש תמוז איז שבת און זונטאג.
- חנוכה געפאלט פון דאנערשטאג (מיטוואך נאכט) ביז דאנערשטאג.
- ט"ו בשבט געפאלט דאנערשטאג.
- פורים געפאלט זונטאג (שושן פורים מאנטאג).
- ל"ג בעומר געפאלט זונטאג.
- שבועות געפאלט מיטוואך (אויך דאנערשטאג אין חוץ לארץ).
- אין חוץ לארץ מאכט מען דריי מאל אן עירוב תבשילין אין חודש תשרי (אריינגערעכנט ערב ראש השנה).
- תעניתים: צום גדליה ווערט נדחה צו זונטאג, עשרה בטבת געפאלט פרייטאג, תענית אסתר ווערט געפעדערט צו דאנערשטאג, תענית בכורים געפאלט מאנטאג, און שבעה עשר בתמוז און תשעה באב געפאלן ביידע דינסטאג.
פרשיות און הפטורות
אין א השג יאר זענען פארהאן 55 שבתים, וואס אין דריי פון זיי טוט מען נישט ליינען א פרשת השבוע: שבת יום כיפור, שבת חול המועד סוכות און שבת חול המועד פסח. אויסצוגלייכן דעם צאל פון די פרשיות (53, וזאת הברכה ווערט געליינט אין שמחת תורה) מיט דעם צאל פון שבתים אין וועלכע זיי ווערן געליינט (52), ווערן צאמגעשטעלט די פרשיות נצבים-וילך.
אין די ראשונים ווערט דערמאנט א מנהג, וואס ווערט נאך אנגעהאלטן אין איינצלנע קהילות, לויט וועלכע פרשת משפטים אדער פרשת כי תשא ווערט אין אזא יאר צעטיילט אויף צוויי, און מטות-מסעי ווערט צאמגעשטעלט אנשטאט[4]
פרשיות אין וועלכע מען ליינט נישט די געווענליכע הפטורה:
- פרשת נח - ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי"
- פרשת תולדות - ליינט מען די הפטורה פון ערב ראש חודש, מחר חודש
- פרשת מקץ - ליינט מען די הפטורה פון שבת חנוכה, "רני ושמחי"
- פרשת תרומה - ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי"
- פרשת פקודי - ליינט מען די הפטורה פון פרשת שקלים
- פרשת צו - ליינט מען די הפטורה פון שבת זכור
- פרשת שמיני - ליינט מען די הפטורה פון פרשת פרה
- פרשת תזריע - ליינט מען די הפטורה פון פרשת החודש
- פרשת אחרי - אין רוב קהילות פירט מען זיך צו ליינען די הפטורה פון שבת הגדול. די קהילות וואס ליינען די הפטורה פון שבת הגדול נאר אין ערב פסח, ליינען די געווענליכע הפטורה פון פרשת אחרי, און שבת נאך פסח, ווען מען ליינט קדושים, ליינען זיי די הפטורה פון קדושים, וויבאלד די הפטורה פון אחרי איז שוין געזאגט געווארן אין שבת הגדול (געווענליך ווערט בעפארצוגט די הפטורה פון אחרי).
- פרשת חקת - ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי"
אין קעגנזאץ, ליינט מען אין פרשת משפטים די הפטורה פון משפטים, א זאך וואס מאכט זיך זעלטן. אן אנדערע זעלטענע "געווענליכע" הפטורה איז אין פרשת פינחס, וואס קומט אויס בעפאר די תלת דפרענותא.
ספר בראשית | ספר שמות | ספר ויקרא | ספר במדבר | ספר דברים | |||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
פרשה | דאטום | פרשה | דאטום | פרשה | דאטום | פרשה | דאטום | פרשה | דאטום |
בראשית | כ"ד תשרי | שמות | י"ח טבת | ויקרא | ו' אדר ב' | במדבר | כ"ד אייר | דברים | ו' אב |
נח | א' חשון | וארא | כ"ה טבת | צו | י"ג אדר ב' | נשא | ב' סיון | ואתחנן | י"ג אב |
לך לך | ח' חשון | בא | ג' שבט | שמיני | כ' אדר ב' | בהעלותך | ט' סיון | עקב | כ' אב |
וירא | ט"ו חשון | בשלח | י' שבט | תזריע | כ"ז אדר ב' | שלח | ט"ז סיון | ראה | כ"ז אב |
חיי שרה | כ"ב חשון | יתרו | י"ז שבט | מצורע | ה' ניסן | קרח | כ"ג סיון | שופטים | ד' אלול |
תולדות | כ"ט חשון | משפטים | כ"ד שבט | אחרי | י"ב ניסן | חקת | ל' סיון | כי תצא | י"א אלול |
ויצא | ו' כסלו | תרומה | א' אדר א' | קדושים | כ"ו ניסן | בלק | ז' תמוז | כי תבוא | י"ח אלול |
וישלח | י"ג כסלו | תצוה | ח' אדר א' | אמור | ג' אייר | פינחס | י"ד תמוז | נצבים | כ"ה אלול |
וישב | כ' כסלו | כי תשא | ט"ו אדר א' | בהר | י' אייר | מטות | כ"א תמוז | וילך | צאמגעשטעלט |
מקץ | כ"ז כסלו | ויקהל | כ"ב אדר א' | בחוקותי | י"ז אייר | מסעי | כ"ח תמוז | האזינו | ג' תשרי |
ויגש | ד' טבת | פקודי | כ"ט אדר א' | וזאת הברכה | שמחת תורה | ||||
ויחי | י"א טבת |
צו ליינען מער
- מרדכי גנוט, "על קביעותה (הנדירה?) של שנת ה'תשע"א (השג מעוברת)", לוח דבר בעתו - תשע"א, אויף היברובוקס
- יוסף עופר, שכיחותן של קביעות השנה ושל ההפטרות, אין: סיני קכא, תשנ"ח, עמ' רי-רכד.
- רבי דוד הלוי העבער, "בענין הפטרות שאינם מצויות", שערי זמנים, סימן כ"א, אויף היברובוקס
דרויסנדיגע לינקס
רעפערענצן
- ↑ ספר העבור, מאמר ב' שער ט'; יסוד עולם, מאמר ד' פרק י'; מפרש, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה י'; טור, אורח חיים, סימן תכ"ח.
- ↑ יעקב מתלון, "חזרה של קביעות השנה אחרי שלוש שנים: לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות", אין: יסודות הלוח העברי, הוצאת לוח, תשע"ג
- ↑ רבי דוד הלוי העבער, שערי זמנים, סימן כ"ב
- ↑ ספר העיבור, מאמר שני שער עשירי; מנהגי מהרא"ק ניסן; ארחות חיים הל' קריאת התורה אות סג; ספר אבודרהם, סימני פרשיות מחוברות וחלוקות. זעט אויך ספר החינוך און רבינו בחיי פרשת משפטים, וועלכע דערמאנען א "פרשת אם כסף".