רוי:ה'שט"ז
ה'שט"ז (5,316) און בקיצור שט"ז, איז א אידיש יאר, וואס האט זיך אנגעהויבן א' תשרי, דעם אוונט פאר סעפטעמבער 16, 1555 (לויט דער יוליאנישער קאלענדאר, וואס איז דאן אנגעגאנגען), און האט זיך געענדיגט כ"ט אלול, סעפטעמבער 4, 1556.
דער מולד פון תשרי געפאלט מאנטאג ביינאכט, 55 מינוט און 8 חלקים נאך דריי. דער קביעות פון יאר איז דעריבער השא. עס איז נישט קיין עיבור יאר, און איז לאנג 355 טעג.
עס איז דאס דריטע יאר אין א שמיטה, און די 15'טע יאר אינעם 280'סטן מחזור העיבור. תקופת ניסן פון דער יאר הייבט אן די 24'סטע יאר (סימנה כדידז) אינעם 190'סטן מחזור גדול פון דער זון.
דאס איז שנת א'תפ"ז צום חורבן בית המקדש, און שנת א'תתס"ז לשטרות.
דאס יאהר ה'שט"ז האט דאס קביעות בשה.
געשעענישן
- דער רמ"א שרייבט זיין ערשטער ספר מחיר יין אינעם שטעטל שידלאוו
- דאס ספר המנהגים פונעם מהרי"ל ווערט געדרוקט צום ערשטן מאל אין סאביאנטע, איטאליע.
- דער מהר"י בן לב געט ארויס דעם ערשטן חלק פון זיינע תשובות.
- א פייער האט אויסגעבראכן אינעם אלטן בית הכנסת אויף די שרוקה גאס אין קראקע. (די שוהל איז איבערגעבויט געווארן און שטייט נאך. עס איז היינט די סאמע עלצטע אין פוילן.)
געבוירן
- רבי משה מטראצ'ינה, רב אין פערארע, איטאליע
- רבי בצלאל חריף א זון פונעם מהר"ל מפראג
נפטר געווארן
קאלענדאר
| ►► | ה'שט"ז | ◄◄ |
| 1555 - 1556 |
פאָלגנד איז א אידיש - יוליאנישער קאלענדאר. אין יעדן טאג קעסטל איז פארהאן איין אדער צוויי אותיות אנצוצייכענען דעם טאג אינעם אידישן חודש, און א נומער אנצוצייכענען דעם טאג אינעם יוליאנישן מאנאט.
| יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
| יארן און יארהונדערטער | |
|---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!