פרשת וישלח
| |||||
פסוקים | בראשית לב, ד - לו, מג | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 154 | ||||
צאל ווערטער | 1976 | ||||
צאל אותיות | 7,458 | ||||
אינהאלט | די באגעגעניש פון יעקב און עשו, די געשיכטע פון שכם מיט דינה און דאן די געשיכטע פון שמעון און לוי, רחל'ס פטירה, יצחק'ס פטירה | ||||
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך | |||||
| |||||
הפטורה | |||||
ספרדים, תימנים, איטאליענער און רוב אשכנזים | עובדיה א, א–כא | ||||
טייל אשכנזים | הושע יא, ז - יב, יב אדער ביז יג, ד |
פרשת וַיִּשְׁלַח איז די אכטע פרשה פון ספר בראשית. די פרשה גייט פון קאַפּיטל ל"ב, פסוק ד', ביז קאַפּיטל ל"ו, פסוק מ"ג, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען.
די פרשה הייסט "וישלח" אויף די ערשטע ווארט אין די פרשה: ”וַיִּשְׁלַח יַעֲקֹב מַלְאָכִים לְפָנָיו אֶל-עֵשָׂו אָחִיו, אַרְצָה שֵׂעִיר שְׂדֵה אֱדוֹם”. די פרשה דעקט א תקופה פון 23 יאר, פון יעקב'ס באגעגעניש מיט עשו ביים פארלאזן חרן קיין ארץ כנען, ביז די פטירה פון יצחק. אין די פרשה ווערט געשילדערט די באגעגעניש; די געשיכטע ווי שכם האט פארשוועכט דינה און די נאכפאלגנדע נקמה פון שמעון און לוי; רחל'ס פטירה און קבורה ביים געבורט פון בנימין; יצחק'ס פטירה און קבורה.
פרשת וישלח ווערט געליינט צווישן י"ג און כ"ט כסלו.
פרשה אינהאלט
מצוות אין דער פרשה
לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[1] איז פארהאן איין מצוה אין דער פרשה:
מצוה | מקור | אקטועל היינטיגע צייטן | באפוילענע |
---|---|---|---|
נישט עסן גיד הנשה | עַל כֵּן לֹא יֹאכְלוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶת גִּיד הַנָּשֶׁה[2] | יא | יעדער |
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין פינף אנדערע דאטומען:
- השא יאר און השג יאר - י"ג כסלו
- הכז יאר און החא יאר - י"ד כסלו
- גכה יאר און בשה יאר, גכז יאר און בשז יאר - ט"ז כסלו
- בחג יאר און בחה יאר - י"ז כסלו
- זשג יאר און זשה יאר - י"ח כסלו
- זחא יאר און זחג יאר - י"ט כסלו
הפטורה
אין רוב קהילות ליינט מען די הפטורה גאנץ ספר עובדיה, קאַפּיטל א', פסוקים א'–כ"א. אין די הפטורה ווערט געשילדערט די נבואה פון עובדיה איבער די חורבן פון אדום, און איבער די ענדגילטיגע נצחון פון יעקב איבער עשו: ”וְהָיָה בֵית יַעֲקֹב אֵשׁ וּבֵית יוֹסֵף לֶהָבָה וּבֵית עֵשָׂו לְקַשׁ, וְדָלְקוּ בָהֶם וַאֲכָלוּם וְלֹא יִהְיֶה שָׂרִיד לְבֵית עֵשָׂו כִּי ה' דִּבֵּר”. טייל אשכנזים ליינען אין ספר הושע, קאַפּיטל י"א, פסוק ז' - יב, יב, די הפטורה וואס די ספרדים ליינען אום פרשת ויצא, ווען טייל ענדיגן ביי יג, ד[3]. אין די הפטורה אין הושע ווערט צווישן אנדערע געשילדערט די געשלעג צווישן יעקב און די מלאך: ”וָיָּשַׂר אֶל מַלְאָךְ וַיֻּכָל”. אין סקווירא ליינט מען ביידע, סיי עובדיה און סיי הושע[4].
סגולות
אין מדרש ווערט דעציילט, אז רבי יהודה הנשיא פלעגט אריינקוקן אין די פרשה איידער'ן גיין צום קעניגרייך, און פונקט ווי יעקב זיך נישט געלאזט באגלייטן דורך א גוי. אמאל האט זיך יא געמאכט אז א גוי האט אים באגלייט און נאך איידער'ן אנקומען ביז עכו איז ער געווארן אריינגעצווינגען צו פארקויפן זיין פערד[5]. רבי האט געהאט בקבלה אז די פרשה איז די "פרשת הגלות" וואס די קומענדיגע דורות זאלן נאכטון[6]. אזוי שרייבן אויך רבי יהושע אבן שועיב[7] און דער של"ה הק'[8], אז דער פרשה קומט לערנען די קומענדיגע דורות וויאזוי זיך צו פירן.
דער מהרי"ל פלעגט אנזאגן די פרנסים צו ליינען דעם פרשה (ביז לג, יט) ביים זיך שטעלן צו די באאמטע, אזויווי רבינו הקדוש האט געטון[9]. עס וועט געברענגט פון פיל מקורות מען זאל זאגן די פרשה יעדע מוצאי שבת, ספעציעל אזעלכע וואס פארן ארויס אין וועג דורכאויס די וואך, וויבאלד עס איז מסוגל פאר אלעם גוטן[10]. דער באר היטב זאגט אבער מען זאל נישט ליינען פסוקים ביינאכט, נאר אויב פארט מען יענע וואך אין וועג[11].
צו ליינען מער
- פרשת וישלח במוצאי שבת, אויף אוצר הכחמה פארום
דרויסנדע לינקס
טעקסט:
- פרשת וישלח, אויף שיתופתא
- פרשת וישלח, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת וישלח - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת וישלח, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת וישלח", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת וישלח אויף קול הלשון
- פרשת וישלח, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת וישלח, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת וישלח, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת וישלח, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת וישלח", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת וישלח אויפ'ן "על התורה" זייטל
רעפערענצן
- ↑ ספר החינוך, מצוה ג'
- ↑ לב, לג.
- ↑ לויט רבי אברהם דאנציג, חיי אדם, כלל קי"ח, סעיף י"ז; און משנה ברורה, סימן תכ"ח, סעיף קטן כ"ב.
- ↑ הפטרת וישלח אויפ'ן על התורה זייטל. עס ווערן געברענגט דארט נאך וואריאציעס.
- ↑ בראשית רבה, פרשה ע"ח, פסקה ט"ו
- ↑ רמב"ן, בראשית לג, טו. די גירסא אין רמב"ן איז אז די געשיכטע האט זיך אפגעשפילט מיט רבי ינאי, און ער האט אים געדארפט פארקויפן זיין העמד.
- ↑ "פרשת וישלח", דרשות על התורה: "ועל זה נכתב הפרשה להורות לדורות, כי ממנו יראו וכן יעשו, שלא יסמוך אדם על זכיותיו ועל הנס, וכמו שעשה משה במלחמותיו, וכן יהושע ודוד, ולכן נכתבה כל הפרשה שיקח אדם מוסר ויעשה מה שעשה אבינו הזקן."
- ↑ שני לוחות הברית, תורה אור - פרשת וישלח, טעקסט אויף ספריא וועבזייטל
- ↑ "ליקטים - כ"ג", ספר מהרי"ל.
- ↑ קיצור של"ה, דיני מוצאי שבת; ילקוט מעם לועז, פרשת וישלח
- ↑ אורח חיים, סימן רצ"ט, סקי"ד.
פרשיות | ||
---|---|---|
ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה |