החא יאר
א החא יאר איז איין פון פערצן סארטן יארן אין דער באשטימטער אידישער לוח. א החא יאר הייבט זיך אין דאנערשטאג (ה), איז חסרה (ח) - חשון און כסלו פארמאגן ביידע 29 טעג, און פסח הייבט זיך אן זונטאג (א). אזא סארט יאר איז אן עיבור יאר (מיט צוויי אדרים), און איז לאנג 383 טעג, וואס אין זיי 55 שבתים.
א החא יאר קומט אויס ווען דער מולד פון חודש תשרי פון אן עיבור יאר פאלט אויס צווישן דינסטאג, 18 שעה אין טאג, און מיטוואך, 11 שעה און 695 חלקים אין טאג[1], וואס באטרעפט ארום 3.87% פון אלע יארן[2], אדער דורכשניטליך איינמאל אין 26 יאר, ווייניגער ווי סיי וועלכע אנדערע עיבור יאר[3]. דער פריערדיגער יאר איז אלעמאל זשג, און דער נאכפאלגנדער יאר איז אלעמאל גכה.
צווישן די יארן ה'ת"ש-ה'תת"נ געפאלט דער קביעות אין די יארן: ה'תשי"ד, ה'תשמ"א, ה'תשס"ה, ה'תשס"ח, ה'תתי"ב, ה'תתל"ט.
קאלענדאר
יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
חגים וזמנים
- אין א החא יאר איז פארהאן דריי מאל א שבת ראש חודש: ראש חודש חשון איז פרייטאג און שבת, ראש חודש אדר ב' איז פרייטאג און שבת, און ראש חודש אב איז שבת.
- חנוכה געפאלט פון מיטוואך (דינסטאג נאכט) ביז מיטוואך.
- ט"ו בשבט געפאלט דינסטאג.
- פורים געפאלט פרייטאג. אין ירושלים פייערט מען א פורים משולש פון פרייטאג ביז זונטאג.
- ערב פסח געפאלט אין שבת, מיט די באזונדערע הלכות פון ערב פסח שחל בשבת.
- פסח שני געפאלט אין טאג פון תענית שני בתרא, און די מנהגים זענען צעטיילט איבער זאגן סליחות און פאסטן אין דעם טאג[4]
- ל"ג בעומר געפאלט פרייטאג. די נאכט-הדלקות קומען פאר דאנערשטאג נאכט.
- שבועות געפאלט מאנטאג (אויך דינסטאג אין חוץ לארץ).
- תעניתים: צום גדליה ווערט נדחה צו זונטאג, עשרה בטבת געפאלט מיטוואך, תענית אסתר געפאלט דאנערשטאג, תענית בכורים ווערט געפעדערט צו דאנערשטאג, און שבעה עשר בתמוז און תשעה באב געפאלן ביידע אין זונטאג.
פרשיות און הפטורות
אין א החא יאר זענען פארהאן 55 שבתים, וואס אין דריי פון זיי טוט מען נישט ליינען א פרשת השבוע: שבת יום כיפור, שבת חול המועד סוכות און שבת שביעי של פסח. פרשת וילך קומט נישט אויס אין אזא יאר, ווייל עס ווערט געליינט בעפאר ראש השנה אין פארגאנגענעם יאר און נאך ראש השנה אין קומענדיגן. דער צאל פון די פרשיות (52, וזאת הברכה ווערט געליינט אין שמחת תורה) איז אלזא גלייך מיטן צאל פון שבתים אין וועלכע זיי ווערן געליינט (52), און קיין שום פרשה ווערט נישט צאמגעשטעלט.
אין די ראשונים ווערט דערמאנט א מנהג, וואס ווערט נאך אנגעהאלטן אין איינצלנע קהילות, לויט וועלכע פרשת משפטים אדער פרשת כי תשא ווערט אין אזא יאר צעטיילט אויף צוויי, און מטות-מסעי ווערט צאמגעשטעלט אנשטאט[5]
פרשיות אין וועלכע מען ליינט נישט די געווענליכע הפטורה:
- פרשת נח - ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי"
- פרשת תולדות - ליינט מען די הפטורה פון ערב ראש חודש, מחר חודש
- פרשת מקץ - ליינט מען די הפטורה פון שבת חנוכה, "רני ושמחי"
- פרשת פקודי, שבת ראש חודש אדר ב' - נעמט מען ארויס דריי ספרי תורה, און מען ליינט די הפטורה פון פרשת שקלים
- פרשת ויקרא - ליינט מען די הפטורה פון שבת זכור
- פרשת צו - אין ירושלים ליינט מען די הפטורה פון פורים. אין אנדערע פלעצער ליינט מען יא די געווענליכע הפטורה פון פרשת צו, וואס איז אויך גאנץ זעלטן (אין די קהילות וואו מען ליינט יעדן יאר די הפטורה פון שבת הגדול, און נישט בלויז ערב פסח)
- פרשת שמיני - ליינט מען די הפטורה פון פרשת פרה
- פרשת תזריע - ליינט מען די הפטורה פון פרשת החודש
- פרשת אחרי - אין טייל קהילות פירט מען זיך צו ליינען די הפטורה פון שבת הגדול
- מסעי - איז א מחלוקת הראשונים אויב די הפטורה פון "שמעו" (די צווייטע פון די תלת דפורענותא) איז דוחה די הפטורה פון ראש חודש; אין פראג האט מען געזאגט שמעו[6] און אזוי פירן זיך היינט רוב הקהילות, און אין פוזנא האט מען געזאגט די הפטורה פון שבת ראש חודש[7].
- פרשת ראה - טייל ליינען די הפטורה פון ערב ראש חודש, מחר חודש
אין קעגנזאץ, ליינט מען אין פרשת משפטים די הפטורה פון משפטים, א זאך וואס מאכט זיך זעלטן. אנדערע זעלטענע "געווענליכע" הפטורות זענען, אין פרשת ויקהל, אין פרשת צו (חוץ פון ירושלים), און אין פרשת פינחס, וואס קומט אויס בעפאר די תלת דפרענותא.
- ↑ ספר העבור, מאמר ב' שער ט'; יסוד עולם, מאמר ד' פרק י'; מפרש, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה י'; טור, אורח חיים, סימן תכ"ח.
- ↑ יעקב מתלון, "חזרה של קביעות השנה אחרי שלוש שנים: לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות", אין: יסודות הלוח העברי, הוצאת לוח, תשע"ג
- ↑ בלויז השא, א געווענליך יאר, איז נאך זעלטענער
- ↑ לויט די אריגינעלע מנהג אשכנז, האט מען געזאגט תחנון אין פסח שני. די חילוקי מנהגים זענען געשאפן געווארן ביי די קהילות וואו עס איז געווארן איינגעפירט נישט צו זאגן תחנון.
- ↑ ספר העיבור, מאמר שני שער עשירי; מנהגי מהרא"ק ניסן; ארחות חיים הל' קריאת התורה אות סג; ספר אבודרהם, סימני פרשיות מחוברות וחלוקות. זעט אויך ספר החינוך און רבינו בחיי פרשת משפטים, וועלכע דערמאנען א "פרשת אם כסף".
- ↑ אליה רבה תקמט:ג
- ↑ לבוש או"ח תקמט:א