רוי:ה'תר"כ
ה'תר"כ אדער ה'תר"ך (5,620) און בקיצור תר"כ אדער תר"ך, איז א אידיש יאר, וואס האט זיך אנגעהויבן א' תשרי, דעם אוונט פאר סעפטעמבער 29, 1859, און האט זיך געענדיגט כ"ט אלול, סעפטעמבער 16, 1860.
דער מולד פון תשרי געפאלט דינסטאג ביינאכט, 44 מינוט און 6 חלקים נאך פיר. דער קביעות פון יאר איז דעריבער השא. עס איז נישט קיין עיבור יאר, און איז לאנג 354 טעג.
עס איז דאס זעקסטע יאר אין א שמיטה, און די 15'טע יאר אינעם 296'סטן מחזור העיבור. תקופת ניסן פון דער יאר הייבט אן די 20'סטע יאר (סימנה כיוז) אינעם 201'טן מחזור גדול פון דער זון.
דאס איז שנת א'תשצ"א צום חורבן בית המקדש, און שנת ב'קע"א לשטרות.
קאלענדאר
| ►► | ה'תר"כ | ◄◄ |
| 1859 - 1860 |
פאָלגנד איז א אידיש - גרעגאריאנישער קאלענדאר. אין יעדן טאג קעסטל איז פארהאן איין אדער צוויי אותיות אנצוצייכענען דעם טאג אינעם אידישן חודש, און א נומער אנצוצייכענען דעם טאג אינעם גרעגאריאנישן מאנאט.
| יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
געשעענישן
אסאך פרומע אידן האבן געהאלטן אז אין דעם יאהר וועט מען ווערן אויסגעלייזט, משיח וועט קומען, עס וועט נעמען א עק צו צרות פון אידן, זיי האבן געטראפען א רמז אז תר"כ איז די זעלבע אותיות ווי כת"ר, דער קרוין וועט צוריקגעגעבן ווערן צו אידן, מען האט נישט דערצו זוכה געווען, געווען צדיקים ווי רבי נתן מברסלב וואס האבן געזאגט פון פארוואויס אז משיח וועט דאן נישט קומען, ווייל משיח קומט נאר ווען מען טראכט נישט פון איהם אין משיח בא אלא בהיסח הדעת (גמרא סנהדרין).
געבוירן
- י"א תשרי – אלפרעד דרייפוס, דער אומשולדיגער יידישער פאררעטער.
נפטר געווארן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!