א' אדר
דאטום אין אידישן לוח
א' אדר איז דער ערשטער טאג פונעם זעקסטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער ערשטער טאג פונעם צוועלפטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
בחה (א') זשה (א') בחג זשג |
מאנטאג | תרומה |
זחג (ב') | מאנטאג | פקודי |
השג (ב') | מאנטאג | ויקרא |
בשז (א') גכז (א') בשה גכה |
מיטוואך | תרומה |
בחה (ב') זשה (ב') |
מיטוואך | פקודי |
החא (א') | דאנערשטאג | תרומה |
הכז | פרייטאג | תרומה |
בשז (ב') גכז (ב') |
פרייטאג | פקודי |
זחא זחג (א') |
שבת | משפטים |
השא השג (א') |
שבת | תרומה |
החא (ב') | שבת | פקודי |
חגים וזמנים
- אין צייטן פון בית המקדש האט מען אין דעם טאג אנגעהויבן בעטן דעם מחצית השקל, צו פינאנצירן די קרבנות ציבור פונעם נייעם יאר וואס וועט זיך אנהייבן א' ניסן[1]
- אין צייטן פון חז"ל האט מען אין דעם טאג אויסגערופן אויסצורייסן די כלאים פון די פעלדער, ווייל די געוויקסן זענען שוין קענטבאר[1]
- די טעג פון קור הייבן זיך אן, לויט רבי שמעון[2]
- פורים שני פאר די משפחה פון רבי יום-טוב ליפמאן העלער, וועלכער איז אין יאר ה'ת"ד (אדר א') אויפגענומען געווארן אלס רב אין קראקא נאך יארן פון וואגלענישן און ליידן[3]
- לויט איין מקור, איז א גרויסע ענין צו בעטן דעם טאג אז עס זאלן ווערן אנגענומען די תפילות[4]
- לויט איין מקור, איז א סכנה צו שווערן אין דעם טאג[5]
געשעענישן
- ב'תמ"ט – געענדיגט אנגרייטן דער משכן, לויט איין מקור[6]
- ג'של"ט – יחזקאל זאגט נבואה איבער דעם חורבן פון מצרים דורך נבוכדנצר
- ה'תקס"ז (אדר א') – איינגעזאמלט געווארן דער "סנהדרין פון פאריז" אויפ'ן באפעל פון נאפאלעאן
- ה'ת"ר (אדר א') – אנגעהויבן דער בלוט בלבול אין דמשק
- ה'תרנ"ח – אמיל זולא ווערט ארעסטירט נאכן פארעפנטליכן זיין בריוו "איך באשולדיג", אין וועלכע ער איז ארויסגעטראטן קעגן די אנטיסעמיטיזם פון די פראנצויזישער רעגירונג ווי אפגעשפיגלט אין די דרייפוס פרשה
- ה'תרפ"ב – דער וואלאזשינער ישיבה ווערט צוריק געעפנט דורך רבי יעקב שפירא[7]
- ה'תש"ח (אדר ב') – אויפגעשטעלט די ארטילעריע אפטיילונג פון צה"ל
- ה'תשי"ז (אדר ב') – דריי יונגען דערשיסן רודאלף קאסטנער, וועלכער שטארבט פון זיינע וואונדן עלף טעג דערויף
- ה'תשמ"ג – אריאל שרון ווערט אראפגעשטעלט פון זיין שטעלע אלס שר הבטחון פון מדינת ישראל, צוליב זיין טייל אין די סאברא און שאטילא פרשה, און ער ווערט איבערגענומען דורך משה ארענס
- ה'תשס"ג (אדר ב') – א זעלבסטמארד אטאקע אויף א אגד באס אין חיפה ברענגט אום זיבעצן
געבוירן
- ה'תקע"ה (אדר א') – רבי אברהם שמואל בנימין סופר, רב און ראש ישיבה פון פרעשבורג און מחבר פון "כתב סופר" (נפטר י"ט טבת ה'תרל"ב)
- ה'תקע"ז – הרב מרדכי עליאשבערג, רב פון בויסק, פון די גרינדער און פירער פון חובבי ציון באוועגונג (נפטר י"ח כסלו ה'תר"נ)
- ה'תקצ"ז – רבי יצחק בלאזער, פון די גרינדער פון מוסר באוועגונג, רב אין פעטערבורג און מחבר פון "פרי יצחק" (נפטר י"א אב ה'תרס"ז)
- ה'תר"ז – רבי אברהם מנחם הלוי שטיינבערג, רב פון בראד, מחבר פון "מחזה אברהם" (נפטר א' סיון ה'תרפ"ח)
- ה'תרמ"א (אדר א') – רבי יוסף אליהו הענקין, פון די גרעסטע פוסקים אין די פאראייניגטע שטאטן, מנהל פון עזרת תורה (נפטר י"ג אב ה'תשל"ג)
- ה'תרמ"ט (אדר א') – רבי ישראל יצחק רייזמאן, דיין און מורה הוראה אין ירושלים, מיטגליד פון די עדה החרדית, און ראב"ד פון קהילות החסידים (נפטר ז' אדר ה'תשכ"ט)
- ה'תרמ"ט (אדר ב') – רבי שמואל מאיר האלענדער, רב אין אמסנא, טשערנאוויץ, תל אביב (נפטר [[ט"ז טבת ה'תשכ"ה)
- ה'תרע"ג – רבי פרץ אריאל, רב פון הוד השרון (נפטר כ"ב תמוז ה'תשנ"ב)
- ה'תרע"ד (אדר א') – רבי סעדיה בן אור, א תימנ'ער רב און מקובל (נפטר ה' אדר א' ה'תשנ"ז)
- ה'תרפ"ב – יצחק ראבין, פינפטער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל (אומגעברענגט ה'תשנ"ו)
- ה'תרפ"ז (אדר א') – גרינדער און ראש ישיבת הנגב אין נתיבות (נפטר כ"ה טבת ה'תשע"א)
- ה'תרפ"ז (אדר ב') – רבי אברהם שלמה בידערמאן, לעלובער רבי אין ירושלים (נפטר ט"ז שבט ה'תש"ס)
- ה'תרפ"ח – מנחם דאווידאוויטש, א בארימטער סופר אין ירושלים (נפטר כ"ג סיון ה'תשע"ז)
- ה'תש"א – סוזאן מובאראק, פרוי פון געוועזענער עגיפטישער פרעזידענט חאסני מובאראק
- ה'תשכ"א – רבי מאיר קעסלער, דער רב פון מודיעין עילית
יארצייטן
- בניהו בן יהוידע[מקור פארלאנגט]
- ד'תתקכ"ד אדער ד'תתקכ"ז (אדר א') – רבי אברהם אבן עזרא, א ראשון, פון די גרויסע מפרשי המקרא און דיכטער (געבוירן ד'תתמ"ט אדער ד'תתנ"ב)
- ה'ת"ז (אדר א') – רבי עזריה פיגו, מחבר פון "גידולי תרומה" און "בינה לעיתים" (געבוירן ה'של"ט)
- ה'תכ"ג (אדר א') – רבי שבתי הכהן, מחבר פון "שפתי כהן" (ש"ך) אויף שולחן ערוך (געבוירן ה'שפ"ב)
- ה'ת"ס – רבי שמואל בן יוסף, מחבר פון "עולת שבת" און "עולת תמיד" אויף שולחן ערוך
- ה'תק"ג – רבי עמנואל חי ריקי, מחבר פון "משנת חסידים" און "הון עשיר", אומגעברענגט דורך רויבער (געבוירן ה'תמ"ז)
- ה'תק"ד – רבי מאיר הלוי הורוויץ, דער "מהר"ם טיקטין" (געבוירן ה'שצ"ז)
- ה'תקל"ב (אדר א') – רבי אברהם מאיר אפשטיין, רב פון ליסקובי און ניי-מוש, א תלמיד פון מעזריטשער מגיד (געבוירן ה'תפ"ו)
- ה'תק"ס – רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון סאפרין (געבוירן ה'ת"ק)
- ה'תקס"ה (אדר ב') – נפתלי הירץ וויזעל, לינגוויסט און דיכטער, פון די גרינדער פון דער השכלה באוועגונג (געבוירן ה'תפ"ו)
- ה'תקס"ח – רבי ברוך פון שקלאוו, א דיין, מקובל, און איבערזעצער פון וויסנשאפטליכע ביכער (געבוירן ה'תק"ד)
- ה'תרט"ו – רבי יצחק מאיר העשל, מגיד אין זשינקאוו (געבוירן ה'תקל"ו)
- ה'תרל"א – רבי רפאל קצין, רב אין בבל און פון די גדולים פון ארם צובא (געבוירן ה'תק"נ)
- ה'תרנ"ג – רבי הלל פאלאק, רב פון סאסרעגן (געבוירן ה'תק"ע)
- ה'תרס"ו – רבי ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב (געבוירן ה'תקפ"ט)
- ה'תר"ע (אדר ב') – רבי שלום מויאל, רב פון מאנאוס, בראזיל
- ה'תר"ע (אדר ב') – רבי אורי הכהן פון סאמבור (געבוירן ה'תקצ"ג)
- ה'תרע"א – רבי יצחק אייזיק ישכר דוב בעריש טויבש, רב אין אטיניע
- ה'תרע"ו (אדר א') – רבי שלמה אסבאג, פוסק, אב בית דין און רב פון מאראקעש
- ה'תרע"ו (אדר ב') – אהרן מארקוס, א שרייבער און פילאלאג, דער מחבר פון "החסידות" (געבוירן ה'תר"ג)
- ה'תרע"ז – אליעזר קלאנסקי, א סוחר און פובליק פיגור אין חברון (געבוירן ה'תרכ"ג)
- ה'תרצ"ב – רבי אשר רובין, רב אין קארטשין (געבוירן ה'תרכ"ה)
- ה'תרצ"ה (אדר א') – נתן מיליקאווסקי, א ציונ'יסטישער רב און מחנך (געבוירן ה'תרל"ט)
- ה'ת"ש – רבי ישראל פריינד, רב אין הוניאד (געבוירן ה'תרט"ו)
- ה'תש"ג (אדר א') – רבי בן ציון נסים פרדס, א ירושלימ'ער דרשן (געבוירן ה'תרכ"ב)
- ה'תשכ"א – רבי צדקה חוצין, א תלמיד פון רבי יוסף חיים פון באגדאד און א דיין אין דעם בית דין פון דער ספרד'ישער עדה חרדית אין ירושלים (געבוירן ה'תרל"ו)
- ה'תשל"ב (אדר א') – רבי מנחם מרדכי פרענקל, פון די מנהלים פון בית היתומים דיסקין, ראש ישיבת רבי חיים בערלין, און א רב און ראש ישיבה אין פילאדעלפיע (געבוירן ה'תרמ"ב)
- ה'תשנ"ב (אדר ב') – רבי יוסף ליס, א תלמיד חכם, איש חינוך און הוגה דעות (געבוירן ה'תרע"ב)
- ה'תשנ"ה (אדר א') – רבי אברהם יחיאל לעמבערגער, רב פון מאקאווא
- ה'תשס"ד – רבי ברוך ראזנבערג, ראש ישיבת סלאבאדקע און א מיטגליד פון מועצת גדולי התורה פון דגל התורה
- ה'תשס"ד – רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין, קיוויאשדער רב אין פארעסט הילס
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 משנה, שקלים א, א
- ↑ בבא מציעא קו, ב
- ↑ יעקב גלר, "פורים קטן, ימי פורים קהילתיים, מקומיים, ארציים ומשפחתיים"
- ↑ תורת החוזה מלובלין, אנהייב פרשת תרומה
- ↑ כנסת הגדולה אין הגהות אויף טור חו"מ סימן פז אות כ', בשם תיקון יששכר
- ↑ מדרש תנחומא פרשת פקודי פיסקא י"א
- ↑ פראווינץ־שפיגעל, היינט, מערץ 26, 1922