רוי:סאברא און שאטילא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

סאברא און שאטילא זענען צוויי פאלעסטינער פליטים לאגערן אין לבנון, וואס ביי דער מדינת ישראל'דיגער מיליטערישער ערשטער לבנון מלחמה, האבן קריסטליכע מיליציעס אומגעברענגט הונדערטע פאלעסטינער, אין יאר 1982, צווישן דעם 16טן און 18טן סעפטעמבער.

די וועלט האט באשולדיגט ישראל אין די מאסן מערדערייען, וויבאלד די ארמיי האט געוויסט פון דעם, און האט נישט אפגעשטעלט די קריסטן.

די קריסטן האבן געטענהט, אז זיי טוען דאס אלס נקמה פארן אטענטאט קעגן דער פירער פון די פאלאנגען באשיר זשומייעל, וואס פאלעסטינער טעראריסטן האבן דורכגעפירט, ביים לבנון ברודער קריג.

מנחם בעגין דער פרעמיער מיניסטער, האט געשטעלט א קאמיסיע אויסצופארשן דעם עניין, מיטן ריכטער שמגר, דער קאמיסיע האט באשולדיגט אריק שרון, אלס פאראנטווארטליך אינעם מארד, און שרון האט רעזיגנירט פון פארטיידיגונגס מיניסטעריום.

אין ישראל איז ארויסגעקומען א פילם, מיטן נאמען וואלס מיט באשיר, אום יאר 2008, וואס רעדט איבער די מלחמה, און די מאסן מארד קעגן די פאלעסטינער.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!