רוי:משה ארענס

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
משה ארענס

משה "מישה" ארענס (י' טבת תרפ"ו 27סטן דעצעמבער 1925, קאוונע ליטעא' שבט תשע"ט 7טן יאנואר 2019 ירושלים) איז געווען מדינת ישראל אמבאסאדאר אין די פאראייניגטע שטאטן. א כנסת דעפוטאט פון דער ליכוד פארטיי אוון א מיניסטער אין עטליכע רעגירונגען. פון פאך אויס איז ער אן עראפלאן אינזשעניר.

ביאגראפיע

ארענס איז געבוירן אין קאוונע דעם 27סטן דעצעמבער 1925, און אין יאר 1939, האט זיין פאמיליע זיך אריבערגעצויגן קיין ניו יארק. ער האט געדינט אין דער אמעריקאנער ארמיי ביי דער ענדע פון דער צווייטער וועלט מלחמה, און אין 1948 האט ער געמאכט עליה, און געקומען וואוינען אין ארץ ישראל.

ארענס איז אריין אין כנסת אין יאר 1973, וואו ער האט געדינט אין פארשיידענע פאזיציעס. אין 1983, ווען אריק שרון איז געפונען געווארן פאראנטווארטליך אין די סאברא און שאטילא מאסן מארד, דורכאויס די ערשטע לבנון מלחמה און איז אויפגעזאגט געווארן, האט מנחם בעגין אויפגענומען ארענס אלס זיכערהייטס מיניסטער, א פאסטן וואס ער האט אנגעהאלטן אויך אונטער יצחק שמיר.

נאכן "שמוציקע פרואוו" פון שמעון פערעס, ווען די עבודה איז ארויסגעווארפן געווארן פון דער קאאליציע, איז ער ווידעראמאל געווארן א מיניסטער, דאס מאל אויסערן מיניסטער. ווען שמיר האט פארלוירן די וואלן אין 1992, האט ער דערקלערט אז ער טרעט ארויס פון פאליטיק, אבער ער האט זיך אומגעקערט, און האט געדינט נאכאמאל אלס זיכערהייטס מיניסטער, אונטער בנימין נתניהו'ס ערשטע קאדענציע, נאכן איבערנעמען יצחק מרדכי.

ער ווערט פארעכנט אלס רעכטער, ער האט אטאקירט שרון, קודם פארן נישט ענטפערן קעגן דעם פאלעסטינער טעראריזם, אנהייב פון על אקצא אינטיפאדע, שפעטער פארן ריקצוג פלאן פון עזה שטרייף.

אין יאר 2003 האט ער ארויסגעטרעטן פון פאליטיק. ער האט זיך פארנומען מיט פארשונגען, ווי אויך פארעפנטליכט ארטיקלען פון צייט צו צייט, אין דער הָאָרץ צייטונג.

ער האט ארויסגעגעבן א בוך "דגלים מעל הגטו" (פענער איבער דער געטא), וואו ער פארשט די אקטיוויטעטן פון דער יידישער מיליטערישער פאראייניגונג אין דער ווארשעווער געטא, און זייער ראלע אין דער געטא אויפשטאנד.

דעם 7טן יאנואר 2019 (א' שבט תשע"ט) איז ער נפטר געווארן אין סאוויאן. ער האט איבערגעלאזט זיין ווייב מוריעל, פיר קינדער און ניין אייניקלעך.

משפחה

משה ארענס האט געוואוינט אין סביון. ער איז נפטר געווארן דעם 7טן יאנואר 2019 און איז באגראבן געווארן אויפן בית-עולם סביון. ער ווערט איבערגעלעבט זיין ווייב מוריאל (געבוירן אייזנבערג), וועלכע איז געשטארבן בערך צוויי חדשים שפּעטער, דעם 12טן מערץ 2019, און פיר קינדער. זיין זון,


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!