רוי:בנימין בן אליעזר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
בנימין בן אליעזר
וויצע-פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל
6 יולי 19997 מערץ 2001
22'טער מיניסטער פון קאמוניקאציע
6 יולי 19997 מערץ 2001
14'טער פארטיידיגונגס מיניסטער
7 מערץ 20012 נאוועמבער 2002

בנימין "פואַד" בן אליעזר (12טן פעברואר 1936, י"ט שבט ה'תרצ"ו28סטן אויגוסט 2016, כ"ד אב ה'תשע"ו) איז געווען א כנסת דעפוטאט, און א געוועזענער הויכער אפיציר אין צה"ל. ער איז געווען פארטיידיגונגס-מיניסטער אין ישראל, און האט אויך געהאלטן אנדערע מיניסטארישע אמטן.

לעבנסגעשיכטע

בן אליעזר איז געבוירן געווארן דעם 12טן פעברואר 1936 אין דער שטאט באצרא, איראק, צו זיינע עלטערן פרחה און צאלאח. זיין נאמען ביים געבוירן איז געווען פואד אלעזר. זיינע עלטערן האבן געמאכט עליה אין יאר 1950, דעמאלט האט ער זיך געטוישט דעם נאמען אפיציעל צו בנימין.

אין יאר 1954 איז בן אליעזר אריין אין מיליטער אין דער גולני בריגאדע אלס א קעמפער, ער איז געשטיגן אויפן מיליטערישן לייטער אלס אפיציר. ביי דעם לבנון ברודער קריג, האט ער געהאלפן די קריסטן אין מערערע הינזיכטן, ווי אויך אנקניפן באציאונגען צווישן די קריסטליכע לבנון מיט ישראל.

אין 1982, האט ער פארלאזט די ארמיי, און זיך געוואנדען צו פאליטיק. ער האט אנגעהויבן אין א פארטיי וואס עזר ווייצמאן האט געגרינדעט. נאך די וואלן איז ער אריין אין כנסת. די פארטיי האט זיך פאראייניגט מיט די עבודה, ווי ער האט געדינט אלס מיניסטער אין עטליכע רעגירונגען.

אין 1994 האט יצחק רבין אים געשיקט קיין טוניסיע, זיך צו טרעפן מיט יאסער אראפאט.

אין 2001 האט אריק שרון אים געשטעלט אלס פארטיידיגונגס מיניסטער. אין זיין תקופה האט זיך אנגעהויבן די אינטיפאדע.

היינט איז ער פון די עלסטע אמטירנדע כנסת דעפוטאטן, פון דער ארבעטס-פארטי.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!