רוי:יצחק מרדכי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
יצחק מרדכי
יצחק מרדכי

יצחק (איציק) מרדכי (געבוירן העברי; ו' כסלו תש"ה, געבוירן הלועזי; 22סטן נאוועמבער 1944) איז געווען א הויכראנגיקער אפיציר אין צה"ל, און א ישראל א פאליטיקער, ער האט געדינט אלס מיניסטער אין די רעגירונג אין ישראל, און קאמאנדירט אויף וויכטיגע פאזיציעס אינערהאלב די ארמיי. ער האט אפגעטרעטן פון זיין אמט אלס מיניסטער אין יאר 2000, נאכן ווערן אנגעקלאגט אין געריכט פאר מעשים מגונים.

איציק איז געבוירן געווארן אין קורדישן חלק פון איראק, 22סטן נאוועמבער 1944. זיינע עלטערן האבן געמאכט עליה 1949, זיין פאמיליע האט געוואוינט אין עטליכע ערטער, דערנאך אין טבריה. אין 1962 איז ער מאביליזירט געווארן צום שייטת 13, ער איז דורכגעפאלן אין די טרענירונגען, ער איז אריין אין די אינזשעניר אפטיילונג, ווי ער איז ארויף געקראכן אויפן מיליטערישן לייטער, ער איז אריבער צו די פאראשוטיסטן, ביי די זעקסטאגיגע מלחמה איז ער געווען א קאפיטאן פון א קאמפאניע, און ביי די נאכפאלגענדע מלחמות יום כיפור מלחמה, קריג פאר די פרידן פארן גליל.

אין 1995 האט יצחק פארלאזט די ארמיי, און אריינגעטרעטן אין פאליטיק, ער האט זיך פארמאסטן אין די פריימעריז אויף כנסת בענקל אין דער ליכוד פארטיי. ביי די וואלן פון 1996 איז בנימין נתניהו ערוויילט געווארן, און יצחק איז געווארן זיכערהייטס מיניסטער, ער האט אויפגענומען שאול מופז פאר שעף פון גענעראל שטאב.

אין 1999, האט ער זיך אפגעזאגט פון פאסטן נאך א געראנגעל מיט נתניהו, ער האט צוליב פאפולאריטעט זיך פארמאסטן אין די וואלן יענע יאר, אין דער צענטראלער פארטיי, אהוד ברק האט געזיגט און יצחק איז געווארן וויצע פרעמיער, אזוי אויך טראנספארטאציע מיניסטער.

אין יאר 2000, האט א סעקרעטארשע אין די טראנספארטאציע מיניסטעריום, אריינגעגעבן א קלאגע קעגן אים ביי די פאליציי. באלד נאכדעם וואס ער איז געפונען געווארן שולדיג האט ער רעזיגנירט פון כנסת, און מיט דעם האט זיך זיין קאריערע געענדיגט.

משפחה

יצחק "איציק" מרדכי האט חתונה געהאט מיט כוכבה "כוכי" ווייסמאן-שמשי-מרדכי, א טאַלאַנטירטע און געלונגענע אדוואקאט אין איר אייגענער רעכט און זיי האבן איין זון.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!