רוי:בנימין נתניהו

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
בנימין נתניהו
Netanyahu official portrait.jpg
מדינה ישראלישראל ישראל
לערנארט מאסאטשוסעטס אינסטיטוט פון טעכנאלאגיע
הארווארד אוניווערסיטעט
באשעפטיגונג פאליטיקער, דיפלאמאט
ווייב מיקי הארן (1972–1979)
פלער קייטס (1981–1989)
שרה נתניהו (זייט 1991)
9'טער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל
18 יוני 19966 יולי 1999
31 מערץ 2009 – אמטירט
12'טער אויסערן-מיניסטער
6 יאנואר 199813 אקטאבער 1998
6 נאוועמבער 200228 פעברואר 2003
20 דעצעמבער 201211 נאוועמבער 2013
6 מאי 201517 פעברואר 2019
19'טער פארטיידיגונגס-מיניסטער
18 נאוועמבער 201812 נאוועמבער 2019
16'טער פינאנץ מיניסטער
28 פעברואר 20039 אויגוסט 2005
כנסת דעפוטאט
21 נאוועמבער 19886 יולי 1999
17 פעברואר 2003 – אמטירט
כנסות ה־1215, 1622
פארזיצער פון ליכוד
25 מערץ 19936 יולי 1999
19 דעצעמבער 2005 – אמטירט

בנימין "ביבי" נְתַּנְיַהוּ (געבוירן כ"ח תשרי תש"י, 21סטן אקטאבער 1949) איז דער פירער פון דער אָפּאָזיציע, און איז געווען דער 9טער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל.

ער איז ערשט דערוויילט געווארן פרעמיער מיניסטער אין 1996 (ביז 1999), און ווידערדערוויילט אין 2009, און אין 2013, און אין 2015.

ער איז דער ברודער פון יונתן נתניהו, דער אפיציר וואס איז אומגעקומען ביי דער ענטעבע אפעראציע אין 1976.

ער האט געדינט אלס זעלנער אין סיירת מטכ"ל, ווי זיין ברודער האט געדינט, ער האט נאכדעם געלערנט אין די פאראייניגטע שטאטן.

יונגווייז און ערשטע טריט

נתניהו איז געבוירן אין תל אביב, ערוואקסן און געלערנט אין ירושלים און אין פילאדעלפיע. ער איז דער צוויטער זון צווישן דריי קינדער פון צילה און פראפ' בנציון נתניהו (מיליקאווסקי) און אן אייניקל פון הרב נתן מיליקאווסקי. נתניהו האָט געזאָגט עטליכע מאָל אַז זיין משפּחה שטאמט פון די תלמידים פונעם ווילנער גאון און זיין זון רבי אברהם ווילנער.[מקור פארלאנגט]

ארום די יארן 1960 איז די משפחה געווען צומאל אין ישראל און צומאל אין אמעריקע. אין די יארן 1963 - 1967, האט די משפחה געוואוינט אין אמעריקע אין טשעלטנהאם און פילאדעלפיע. דארטן האט נתניהו געלערנט אין הויכשולע, און געווען א מיטגליד אינעם דעבאטירן קלוב.

אין מיליטער

ווען ער האט געענדיגט הויכשולע, האט זיך נתניהו אומגעקערט קיין ישראל צו דינען אין מיליטער. אין מיליטער איז ער געווען א קריג סאלדאט און א גענעראל אין סיירת מטכ"ל. אין דעם סיירת האט ער גענומען א טייל אין געהוילטע אפעראציעס, אין דעם 8טן מאי 1972 האט ער א טייל גענומען אין דער אפעראציע ווען א פליגער פון "סאבענא" איז פארכאפט געווארן דורך רוצחים פון לוד עראפארט. די אפעראציע האט געפירט אהוד ברק, וואס איז דעמאלטס געווען דער גענעראל פון דעם סיירת. נתניהו איז פארוואונדעט געווארן אין דער אפעראציע, פון א שאס וואס איז ארויס שלא בכוונה פון זיין חבר'ס ביקס.

אין יאר 1972 האט ער געענדיגט צו דינען אין צה"ל מיט דעם טיטל אפיציר.

שטודירן אין אמעריקע

נאכן מיליטער, האט ער זיך אומגעקערט אין אמעריקע. און שטודירט דארטן פאר אן ערשטן דיפלאם אין ארכיטעקטור און א צווייטן דיפלאם אין האנדל. די טיטלען האט ער באקומען אין MIT. דערנאך האט ער געלערנט פאליטישע וויסנשאפט אין הארווארד אוניווערסיטעט. אין יענער תקופה האט ער אויכעט געארבט אין דער ביזנעס עצות פירמע "באסטאן קאנסולטירן גרופע". אין יענער תקופה האט ער געטוישט זיין משפחה נאמען צו "ניתאי" (מיט דעם נאמען האט זיין טאטע געפלעגט זיך אונטער חתמענען אויף ארטיקלען וואס ער האט געשריבן). יארן שפעטער, אין א אינטערוויו צו דער טעלעוויזיע, האט ער ערקלערט, אז ער האט דאס געטון כדי עס זאל זיין גרינגער פאר מענטשן אין דעם געגנט וואס רעדן נישט קיין העברעיש אויסצודרוקן זיין נאמען.

וןען ס'האט אויס געפלאצט דער יום כיפור קריג אין יאר 1973 איז ער צוריק געקומען קיין ישראל אטייל צו נעמען אין דעם קריג. און ווען ס'האט זיך געענדיגט האט ער זיך אומגעקערט קיין אמעריקע.

אין יאר 1976, האט ער פארלארן זיין ברודער יונתן (יוני) נתניהו, וואס איז געהרגעט געווארן אין דער ענטעבע אפעראציע אלס גענעראל אין סיירת מטכ"ל.

אין ישראל

נאך ווען ער האט געענדיגט שטודירן אין 1977 האט ער זיך אומגעקערט קיין ארץ ישראל און געארבעט אלס פארקויפן דירעקטער פון דער מעבל קאמפעני "רים".

אין די יארן 1978 - 1980 האט ער אויכעט געפירט אן ארגאניזאציע אונטער דעם נאמען "מכון יונתן צו אויס פארשטן די טעראר" וואס האט איינגעארדנט עטליכע אינטערנאציאנאלע קאנגרעסן וועגן דעם סוביעקט פון טעראר. דארטן האט ער זיך ערקענט מיט א פאר פאליטיקאנטן, איינער פון זיי איז געווען דער מיניסטער משה ארענס וואס האט אים מקרב געווען, ער האט אים אריין געברענגט אין פאליטיק און האט אים רעקאמענדירט צו דינען אלס א דיפלאמאט פון מדינת ישראל אין וואשינגטאן. דעם פאסט האט ער געהאלטן אין די יארן 1982 - 1984.

אין די יארן 1984 - 1988 איז ער געווען אמבאסאדאר פון מדינת ישראל אין די פאראייניגטע פעלקער און ער האט זיך ארויס געוויזן מיט זיין אויס געצייכנטע אינטערוויוס צו דער וועלטליכער טעלעוויזיע.

פאליטיק

אין 1996 איז ער געווארן צום ערשטן מאל פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל.

אין זיין תקופה ווי פינאנץ מיניסטער האט די ישראל רעגירונג פארקויפט עטליכע רעגירונג געזעלשאפטן צו ווערן פובליקע געזעלשאפטן. אין 2003 האט מען ארויסגעלאזט די אקציעס פון אל על אויף דער בערזע.

אין 2007 האט משה פייגלין קאנדידירט קעגן אים פאר דער פירערשאפט פון דער ליכוד פארטיי, אבער נתניהו האט אים געזיגט. אין די כנסת וואלן 2009 איז ליכוד געווען די צווייטע גרעסטע פארטיי; צוזאמען מיט אנדערע רעכטע פארטייען האט נתניהו צוזאמענגעשטעלט א קאאליציע. ביי די כנסת וואלן 2013 איז נתניהו געווארן דער צווייטער מענטש צו ווערן געוויילט פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל א דריט מאל (נאך דוד בן גוריון).

באשולדיגן תיק 1000 און תיק 4000

לויט דער רעקאמענדאציע פון אביחי מאנדלבליט איז נתניהו אנגעקלאגן געווארן פאַר דעם ירושלים דיסטריקט געריכט אין ה'תשע"ט און ה'תש"פ.[1]

משפחה

נתניהו האט געהייראט ד"ר מיקי מרים ווייסמאן אין 1972 אין באסטאן, וואו ביידע האבן שטודירט. זיי האבן איין טאכטער, נועה, וואס איז געווארן א בעלת תשובה, און האט געהייראט דניאל ראט. קורץ נאך נועה'ס געבורט אין 1979 האבן זיי זיך גע'גט.

בזיווג שני (19811984) האט ער געהייראט פלאר קייטס, א בריטישע פרוי, וואס האט זיך מגייר געווען ביי די קאנסערוואטיוון כדי חתונה צו האבן.

בזיווג שלישי אין יאר 1991 האט ער חתונה געהאט צום דריטן מאל מיט שרה,[2] טאכטער פון שמואל בן ארצי און זיין ווייב חוה.

מיט זיין ווייב שרה האט ער צוויי קינדער, יאיר און אבנר.



רעפערענצן

  1. [1]
  2. (בוך, ביבי, מי אתה אדוני ראש הממשלה?, מו"ל העיתונאית, רונית ורדי, כתר 1997, בוך, נתניהו הדרך אל הכח, מו"ל בן כספית און אילן כפיר, אלפא 1997)
פרעמיער מיניסטארן פון מדינת ישראל
דוד בן-גוריון משה שרת לוי אשכול גאלדע מאיר יצחק ראבין מנחם בעגין יצחק שמיר שמעון פרס בנימין נתניהו אהוד ברק אריאל שרון אהוד אלמערט נפתלי בענעט יאיר לאפיד
I 1948 - 1954 1954 - 1955 1963 - 1969 1969 - 1974 1974 - 1977 1977 - 1983 1983 - 1984 1984 - 1986 1996 - 1999 1999 - 2001 2001 - 2006 2006 - 2009 2021 - 2022 2022 -
II 1955 - 1963 1992 - 1995 1986 - 1992 1995 - 1996 2009 - 2021



דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!