רוי:פאליטישע פארטיי
א פּאָליטישע פּאַרטיי איז א פאליטישע געזעלשאַפט וואס איז געבויט פון פארטרעטערס אין א פארלאמענט אדער רעפובליק. אין א פארלאמענט שטרעבט זי צו זיין א טייל פון דער קאאליציע.
אין א סאך לענדער, ווי למשל דייטשלאנד און אינדיע, זענען פאראן עטליכע אנערקענטע פאליטישע פארטייען. טייל לענדער האבן אן איין־פארטיי סיסטעם, ווי כינע און קובע. די פאראייניגטע שטאטן איז פראקטיש א צוויי־פארטיי סיסטעם, וואו אויך די קלענערע פארטייען זענען משתתף; די קאנדידאטן האבן א הויכע דרגא פון אויטאנאמיע. די צוויי וויכטיגע פארטייען זענען די דעמאקראטישע פארטיי און די רעפובליקאנער פארטיי. אויך איז דאס פאראייניגטע קעניגרייך א צוויי־פארטיי סיסטעם וואו קלענערע פארטייען שפילן א ראלע.
אין ישראל הייסט זי "מפלגה".
- רשימה פון מדינת ישראלישע פאליטישע פארטייען אין די וואלן ט"ז שבט ה'תשס"ט כנסת וואלן 2009
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!