רוי:רבי ברוך האלבערשטאם

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי ברוך האלבערשטאם זצ"ל (ה'תקפ"טא' אדר ה'תרס"ו), דער גארליצער רב, דער פינפטער זון פון "דברי חיים".

אפשטאם

רבי ברוך'ל איז געבוירן אין יאר ה'תקפ"ט אין דער שטאט רודניק, גאליציע,[1] צו זיין פאטער הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב. און צו זיין מוטער מרת רחל פייגא די טאכטער פון הרב רבי ברוך תאומים-פרענקל, דער ברוך טעם.

רבנות

נאך אלס יונגערמאן אין יאר ה'תרט"ז איז שוין רבי ברוך'ל געווען רב אין גארליץ, ווען די שטאט הענדלער'ס האבן זיך באקלאגט אז זיי דארפן א רב מיט ערפארונג, האט רבי ברוך'לס פאטער אים געהייסען אנטרעטן דאס רבנות פאר הרב שמואל טייטלבוים. אומגעפער אין יאר ה'תר"כ איז רבי ברוך'ל אויפגענומן געווארן רב אין רודניק, ער איז געווען דארט רב דרייסיג יאר ביז ה'תר"ן, ווען ער איז צוריק געקומען קיין גארליץ.

הסתלקות

רבי ברוך'ל איז נפטר געווארן ב' דר"ח אדר ה'תרס"ו, און עלטער פון זעקס און זיבעציג יאהר.

פאמיליע

ווינטער ה'תר"ט האט רבי ברוך'ל געהייראט מרת פעסיל א טאכטער פון סיגעטער רב, הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב. זייערע קינדער.

זיינע ספרים

  • דברי ברוך - ברוך שאמר, תורות און סיפורים צוזאמען געקליבן דורך רבי ליפא זילברמאן, ה'תשנ"ט

זעט אויך

גארליץ (חסידות)

רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • דברי ברוך - ברוך שאמר, הרב ליפא זילברמאן, ה'תשנ"ט
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. רבינו הקדוש מצאנז חלק ב' עמוד של"ב

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!