רוי:רבי סיני האלבערשטאם

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי סיני האלבערשטאם (ה'תר"ל - כ"ו תמוז ה'תש"א), רב אין זשמיגראד

אפשטאם

רבי סיני איז געבוירן אין אנהייב יאר ה'תר"ל, צו זיין פאטער רבי ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון רבי חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת פעסיל א טאכטער פון סיגוטער רב, רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.

רבנות

רבי סיני איז געווען יונגער רב פון גארליץ נאכהער איז ער געווען רב אין קאלאשיץ, אין יאר ה'תרס"ז האט מען אים אויפגענימען אלץ רב אין זשמיגראד. נאך זיין פאטער'ס פטירה האט ער אנגעהויבן פירן א הויף.

הסתלקות

כ"ג סיון תש"א איז רבי סיני מיט זיין משפחה פארטריבן געווארן אין סיביר, וואו ער איז נפטר געווארן כ"ו תמוז ה'תש"א.

פאמיליע

אין עלטער פון איינס און א האלבן יאר איז רבי סיני געווארן פארלויבט און האט שפעטער געהייראט מרת רוחמה די טאכטער פון רבי נפתלי הורוויץ פון מעליץ. זייערע קינדער:

  • רבי חיים יהודה האלבערשטאם, ראב"ד אין אשפעצין, ער האט געהייראט מרת רינטשא א טאכטער פון רבי יהושע פנחס בומבאך רב אין אשפעצין, ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
  • רבי אהרן האלבערשטאם, רב אין אשיעק, ער האט געהיראט מרת רחל מרים א טאכטער פון רבי חיים ברוך רובין, ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם מיט זיין פאמיליע, כ"ב תמוז ה'תש"ב, הי"ד.
  • רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם, פון רידיק, אן איידעם פון רבי פנחס נתן סאפרין.
  • רבי ישראל האלבערשטאם, זשמיגראדער רבי אין אמעריקא. זיינע קינדער:
  • רבי סיני האלבערשטאם.
  • רבי ברוך שמשון האלבערשטאם.
  • מרת פעסיל, די ווייב פון רבי יעקב מאשקאוויץ, שאצער רבי פון חיפה.
  • מרת רייזל שרה, די ווייב פון רבי ברוך האלבערשטאם רב אין גריבאוו, אן אייניקל פון קרייזער רב, ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם מיט זיין פאמיליע, הי"ד.

רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקעלע לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל רבי יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • דברי ברוך - ברוך שאמר, רבי ליפא זילברמאן, ה'תשנ"ט
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!