רוי:רבי אברהם אביש האלבערשטאם

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אברהם אביש האלבערשטאם הי"ד (ה'תרנ"ד - ה'תש"א), פון סאטמאר

אפשטאם

רבי אברהם אביש איז געבוירן אין יאר ה'תרנ"ד, צו זיין פאטער הרב רבי סיני האלבערשטאם, רב אין זשמיגראד, א זון פון הרב רבי ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רוחמה די טאכטער הרב נפתלי הורוויץ פון מעליץ.

רבנות

רבי אברהם אביש איז געווען דיין אין סאטמאר.

הסתלקות

רבי אברהם אביש איז אומגעקומן אויף קידוש השם אין אוקריינע אין יאר ה'תש"א.

פאמיליע

רבי אברהם אביש האט געהייראט מרת רייזא רחל, א טאכטער פון הרב חנוך הענך פריינד רב אין אינטערדאם, א זון פון הרב אברהם יהושע פריינד, דער נאסאדער רב. זייערע קינדער:

  • הרב חיים האלבערשטאם, ער האט געהייראט מרת הינדא א טאכטער פון הרב משה יהודה עהרענרייך, רב אין שארמשאג, א זון פון הרב שלמה זלמן עהרענרייך רב אין שאמלוי, הי"ד.
    • ריזשא רחל הי"ד.
    • קראסעל הי"ד.
    • רוחמה הי"ד.
  • מרת יטל הי"ד, די ווייב פון הרב שמואל אליעזר מאטיאש.
  • הרב אלימלך האלבערשטאם הי"ד.
  • הרב ברוך האלבערשטאם הי"ד.
  • מרת גיטל הי"ד.
  • מרת פעסיל הי"ד.
  • הרב משה אריה האלבערשטאם, נאסאדער רבי אין ניו יארק.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!