רוי:רבי משה האלבערשטאם (בארדיוב)
רבי משה האלבערשטאם זצ"ל (ה'תר"ט - כ' תשרי ה'תרס"ד), רב אין בארדיאוו
אפשטאם
רבי משה'לע איז געבוירן אין יאר ה'תר"ט (אומגעפער) צו זיין פאטער הרב רבי ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת פעסיל א טאכטער פון סיגוטער רב, הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.
זיינע רבי'ס
רבי משה'לע געווען א תלמיד מובהק פון זיין זיידען דער צאנזער רב. אלס יונגערמאן האט זיין פאטער דער גארליצער רב אים געשיקט צום ראדאמישלער רב הרב רבי שמואל ענגיל ער זאל אים פארהערען הלכות נדה, דער ראדאמישלער רב איז שטארק באגייסטערט געווען פון זיין קלארען פארשטאנד אין שארפן מח, ער האט געזאגט, אז רבי משה האט צוגעטראפן צו יעדען סדרי טהרה כאטש ער האט דאס נאך קיינמאל נישט געזעהן.
רבנות
אין יאר ה'תרל"ד אויף דעם פארשלאג פון רבי משה'לעס זיידע דער צאנזער רב, האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין בארדיאוו (בארטפעלד), אויף דעם ארט פון הרב חיים אברהם אורנשטיין וואס איז נפטר געווארן ה'תרל"א.
רבי משה'לע צוזאמען מיט זיין שוועסטערקינד דער ערשטער באבאווער רב הרב שלמה האלבערשטאם האבען זיך אפגעגעבן מיט דאס צוגרייטען צום דרוקן דעם ספר שו"ת דברי חיים פון זייער זיידען דער צאנזער רב.
הסתלקות
אין חודש סיון ה'תרס"ג איז רבי משה'לע געווארן געלעמט אויף דער לינקער זייט (א סטראוק), אפאר מאנאט שפעטער אין עלטער פון זעקס און פופציג יאר - נאך ביים פאטער'ס לעבען - איז רבי משה'לע נפטר געווארן, ד' חול המועד סוכות כ' תשרי ה'תרס"ד[1].
פאמיליע
רבי משה'לע האט געהייראט מרת רחל פייגא א טאכטער פון זיין פעטער הרב רבי אהרן האלבערשטאם, דער קרייזער רב. פון זייערע קינדער, (ס'איז געווען נאך):
- הרב רבי יחיאל נתן האלבערשטאם (ה'תרכ"ה - ז' ניסן ה'תרצ"ד), ממלא מקום פון פאטער, רב אין בארדיאוו. ער האט געהייראט מרת ברכה רעכל בריינדל א טאכטער פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין דוקלא.
- הרב שמואל האלבערשטאם הי"ד (ה'תרכ"ו (אומגעפער) - ה'תש"ד (אומגעפער) ), פון בארדיאוו, ער האט געהייראט מרת פעסיל א טאכטער פון הרב מאיר ליפשיץ, פון יאנאוו.
- הרב אריה לייביש האלבערשטאם הי"ד (ה'תר"ל - ה'תש"ב (אומגעפער) ), פון מושינא, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב שמואל רוקח, רב אין סקאהל.
- הרב יהושע האלבערשטאם הי"ד (ה'תרל"ח - ה'תש"ג (אומגעפער) ), רב אין דאלינא, ער האט געהייראט מרת רבקה אן איינציגע טאכטער (בת יחידה) פון הרב יהודה צבי הירש אייכנשטיין, רב אין דאלינא.
- הרב יצחק האלבערשטאם (ה'תר"ם (אומגעפער) - ערב ראש השנה כ"ט אלול ה'תש"ג), בארדיאווער רב אין אמעריקא.
- הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם, פון בארדיאוו.
- מרת פעסיל הי"ד, די ווייב פון הרב רבי חנה האלבערשטאם הי"ד (ו' תמוז ה'תרמ"ד - י"ח תשרי ה'תש"ג), רב אין קאלאשיץ.
- מרת חיה הי"ד, די ווייב פון הרב אפרים האלבערשטאם הי"ד, א זון פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם רב אין גריבאוו.
- מרת שרה ( - ב' אלול ה'תרצ"ז), די ווייב פון הרב נפתלי צבי אונגאר (ה'תר"ם – ט"ז אב ה'תש"ב), פון בארדיאוו.
רעפערענצן
- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- דברי ברוך - ברוך שאמר, הרב ליפא זילברמאן, ה'תשנ"ט
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ י"ג אורות, זעה רעדן בלאט
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!