רוי:רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין (סאפרין)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין זצ"ל (ה'ת"ק - א' אדר ה'תק"ס) פון סאפרין.

אפשטאם

רבי אייזיק איז געבוירן אין יאר ה'ת"ק (אומגעפער), צו זיין פאטער, רבי צבי, א זון פון רבי אלכסנדר פון סטאווניק, נעבען דראהביטש, א זון פו רבי צבי, אן איידעם פון תוספות יום טוב.

רבנות

רבי אייזיק איז געווען אן אויסגערופענער גאון, און פלעגט זיך אויסשמועסן אין לערנען מיט דעם קצות. רבי אייזיק איז געווען פון די באהאלטענע צדיקים, זיין זון דער עטרת צבי האט פארציילט, זיין פאטער רבי אייזיק האט קיינמאל זיך נישט געזעצט עסן אויב ס'איז נישט געווען אן ארימאן ביים טיש. ער איז געווען א נאנטער חבר מיט רבי משה מסאמבור, מגיד משנה דער מחבר פון די ספרים מגיד משנה א פירוש אויפן משנת חסידים.

רבי אייזיק האט געהאט א שענק און א ווערטס הויז אין זיין דערפל, וואס פון דעם האט ער גצויגן פרנסה.

רבי אייזיק איז געווען פון די עלטערע חסידים פון חוזה פון לובלין, דער חוזה האט אים אמאל אנגעטון שבת א ווייסע בעקישע.

הסתלקות

רבי אייזיק איז נפטר געווארן אין סטריא א' אדר ה'תק"ס.

פאמיליע

רבי אייזיק האט געהייראט מרת הינדא א טאכטער פון רבי צבי, זי איז געווען א גרויסע צדיקת, און פלעגט וועקען אירע קינדער אפצורעכטען מיט איר תיקון חצות. זי איז נפטר געווארן כ"ז טבת שנת תקע"ו (עשר קדושות מהדורא תנינא).

באקאנט איז דאס ווארט וואס זי האט געזאגט פאר איר מאן איבער אירע קינדער במסל"ה נעלה, בעריש, משה, סענדר, ליפא, הערש, מיט זיי וועלן מיר ארויף גיין אויף יענע וועלט. זייערע קינדער:

  • מרת פערל גיטל.
  • עס ווערט פארציילט אז זיי האבן געהאט נאך א זון, וואס איז אוועק יונגערהייט צוליב א מעשה וואס האט פאסירט פסח (עשר קדושות בערכו בהג"ה אות ה')

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!